ווי ייִװאָ און מאַקס װײַנרײַך האָבן אַמעריקאַניזירט דעם ייִדיש־פּראָיעקטHow YIVO and Max Weinreich Americanized the Yiddish project
קלמן ווײַזערס בוך באַשרײַבט ווי ייִװאָ אין ניו־יאָרק האָט אויפֿגעבויט ייִדיש נאָכן חורבן װי אַ גײַסטיקע בריק צװישן דורות.
װי אַזױ האָט ייִװאָ געפֿונען אַ נײַע הײם אין אַמעריקע נאָכן חורבן? קלמן װײַזער (יאָרק־אוניװערסיטעט אין טאָראָנטאָ) דערצײלט די דאָזיקע דראַמאַטישע געשיכטע אינעם נײַעם בוך „ייִדיש־װיסנשאַפֿט קומט קײן אַמעריקע“.
לכתּחילה איז דער דערפֿאָלג פֿון ייִװאָ ניט געװען קיין זיכערער. װײַזער דערקלערט: „עס איז װײַט ניט געװען קלאָר פֿאַר די שטיצער און מיטאַרבעטער פֿון ייִװאָ אין די 1940ער יאָרן, צי אַן אָרגאַניזאַציע װאָסער ציל איז געװען צו באַדינען די אינטעלעקטועלע און קולטורעלע באַדערפֿענישן פֿונעם אַלװעלטלעכן ייִדיש־רעדנדיקן פֿאָלק קען זיך אײַנװאָרצלען אין די ביז גאָר פֿאַרשײדענע באַדינגונגען פֿון אַמעריקע נאָך דער מלחמה.“
פֿאַר דער מלחמה האָט ייִװאָ געהאַט אַן „אַמעריקאַנער אָפּטײל“ אין ניו־יאָרק. זײַן ציל איז געװען צו זאַמלען געלט פֿאַרן װילנער אינסטיטוט, כאָטש אײניקע זײַנע מיטגלידער האָבן זיך אָפּגעגעבן אױך מיט פֿאָרשונגען פֿון ייִדישער קולטור און געשיכטע — דער עיקר, אין מיזרח-אײראָפּע.
אָבער דאָס רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן האָבן געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס צו ייִדיש און בכלל ניט געהאַלטן פֿון ייִדיש־פֿאָרשונג.
נאָכן חורבן איז ייִװאָ געשטאַנען אױפֿן שײדװעג: צו װערן אַ מין אַרכיװ געװידמעט דעם אַמאָליקן חרובֿ־געמאַכטן ייִדישן לעבן אין מזרח־אײראָפּע אָדער װײַטער צו אַנטװיקלען ייִדיש־װיסנשאַפֿט לטובֿת אַ ייִדישן המשך אין אַמעריקע.
װײַזער ברענגט דעם לײענער אַרײַן אין די הײסע װיכּוחים צװישן די מיטאַרבעטער פֿון ייִװאָ װעגן דער ריכטונג פֿון דער אַרבעט. יודל מאַרק האָט געהאַלטן אַז ייִװאָ דאַרף זיך אָפּגעבן דער עיקר מיטן חורבן־פֿאָרשונג, בעת אַמאָליקע בונדיסטן האָבן געטענהט אַז ייִװאָ דאַרף שטודירן דעם מצבֿ פֿון די ייִדישע מאַסן אין אַמעריקע.
מאַקס װײַנרײַך, דער אינטעלעקטועלער מדריך פֿון ייִװאָ, האָט געהאַט אַן אַנדערע װיזיע. ער האָט געגלייבט, אַז דאָס אַמעריקאַנער ייִדנטום איז מסוגל צו שפּילן די פֿירנדיקע ראָלע אין דער ייִדישער װעלט נאָכן חורבן. אָבער לױט זײַן מײנונג זײַנען די אַמעריקאַנער ייִדן ניט געװען גרײט אויף אַזאַ שליחות. און צוגרײטן זײ דערצו האָבן געדאַרפֿט די פּליטים פֿון מזרח־אײראָפּע.
לױט זײַן װיזיע, האָט זיך ייִװאָ געדאַרפֿט אָפּגעבן ניט סתּם מיט װיסנשאַפֿט, נאָר מיט „װיסן װאָס שאַפֿט“, דאָס הײסט, ייִדיש־װיסנשאַפֿט מוז דערמעגלעכן אַמעריקאַנער ייִדן אָפּצוהיטן זײער ייִדישן מהות און פֿאַרזיכערן ייִדישע המשכדיקײט.
דער שליסל צום דערפֿאָלג פֿונעם ריזיקן פּראָיעקט איז געװען די ייִדישע שפּראַך. ייִדיש האָט געדאַרפֿט דינען װי אַ בריק צװישן דורות ייִדן, אַ גײַסטיקע פֿאַרבינדונג צװישן דער אַלטער און דער נײַער הײם.
צוליב דעם, האָט װײַנרײַך געהאַלטן, דאַרף מען „אױסגױיִשן“ די אַמעריקאַנער ייִדישע אינטעליגענציע און העכערן דעם פּרעסטיזש פֿון ייִדיש אין דער אַמעריקאַנער אַקאַדעמישער װעלט.
אָבער ניט געקוקט אױף װײַנרײַכס באַמיִונגען איז ייִװאָ לכתּחילה פֿאַרבליבן אױף די ראַנדן פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן הױפּטשטראָם און האָט באַקומען אַ קנאַפּע שטיצע מצד די גרױסע ייִדישע פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציעס. די באַציִונגען צװישן ייִװאָ און דער אַמעריקאַנער ייִדיש־סבֿיבֿה זײַנען אױך ניט געװען קײן גלאַטיקע.
די נאָרמאַטיװע ייִדישע כּלל־שפּראַך, װאָס ייִװאָ האָט געװאָלט פֿאַרשפּרײטן, האָט אַרױסגערופֿן קריטיק מצד אײניקע ייִדישיסטן. זײ האָבן געטענהט, אַז דער „ייִװאָ־ייִדיש“ איז װײַט פֿונעם עכטן נאַטירלעכן מאַמע־לשון.
אין זײַנע אַרטיקלען אין פֿאָרװערטס האָט יצחק באַשעװיס אױסגעלאַכט אַזעלכע נעאָלאָגיזמען װי „קדמן־ייִדיש“ און „בראשית־ייִדיש“, װאָס װײַנרײַך האָט צוגעטראַכט װי לינגװיסטישע באַגריפֿן פֿאַר פֿאַרשײדענע היסטאָרישע תּקופֿות אין דער אַנטװיקלונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך.
אין תּוך איז דער קאָנפֿליקט צװישן ייִװאָ און די ייִדישע ליטעראַטן געװען אַרום דער פֿראַגע, „צו װעמען געהערט ייִדיש?“, דערקלערט װײַזער. דער ציל פֿון ייִװאָ איז געװען צו שאַפֿן אַ נאָרמאַטיװע שפּראַך, װאָס מען קען אױסלערנען װי מען לערנט אַנדערע פֿרעמדע שפּראַכן. אַזױ קען מען פֿאַרזיכערן דעם המשך פֿון ייִדיש אַפֿילו װען קײן לעבעדיקע ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה איז מער ניטאָ.
די סאַמע געשפּאַנטע קאַפּיטלען אין דער געשיכטע פֿון ייִװאָ אין אַמעריקע דערצײלן װעגן דעם קאַמף פֿאַר צוריקבאַקומען די מאַטעריאַלן, װאָס האָבן אַ מאָל געהערט צום װילנער ייִװאָ.
טײלװײַז האָבן די נאַציסטן זײ געבראַכט קײן דײַטשלאַנד פֿאַרן אַרכיװ פֿונעם אַנטיסעמיטישן „אינסטיטוט פֿאַר פֿאָרשונגען פֿון דער ייִדן־פֿראַגע“”. נאָך דער מלחמה זײַנען די דאָזיקע מאַטעריאַלן אַרײַנגעפֿאַלן אינעם רשות פֿון דער אַמעריקאַנער מיליטערישער אַדמיניסטראַציע אין דײַטשלאַנד.
כּדי צוריקצוקריגן די דאָזיקע מאַטעריאַלן איז געװען אַ גװאַלדיקער אױפֿטו פֿון װײַנרײַך און זײַנע מיטאַרבעטער, צװישן זיי — לוסי שילדקרעט (דאַװידאָװיטש), װאָס האָט שפּעטער זיך קונה־שם געװען װי אַ חורבן־פֿאָרשערין. לױטן געזעץ האָט די אַמעריקאַנער מיליטערישע אַדמינסטראַציע געדאַרפֿט צוריקגעבן די געראַבעװעטע מאַטעריאַלן צו פּױלן אָדער סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אַן אַנדער פּרעטענדענט איז געװען דער העברעיִשער אוניװערסיטעט אין ירושלים.
װײַנרײַך האָט אױסגענוצט זײַנע קאָנטאַקטן אין די אַמעריקאַנער הױכע פֿענצטער און אין 1947 האָט ייִװאָ צוריקבאַקומען זײַנע מאַטעריאַלן. עס האָט זיך אים אױך אײַנגעגעבן פֿאָרצושטעלן ייִװאָ װי אַ יורש פֿון אַנדערע קולטורעלע אַנשטאַלטן אין װילנע, און ייִװאָ האָט אױך באַקומען די אוצרות פֿון דער סטראַשון־ביבליאָטעק און דער „ווילנער יידישער היסטאריש-עטנאגראפישער געזעלשאפט אויף דעם נאמען פון ש. אַנ־סקי.
דאָס צװײטע קאַפּיטל פֿון דער דאָזיקער געשיכטע איז פֿאָרגעקומען נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין די 1990ער יאָרן. דעמאָלט האָט מען אַנטדעקט אַ היפּשע זאַמלונג פֿון פֿאָנדן פֿון ייִװאָ אין ליטע, װאָס אַ ליטװישער ביבליאָגראַף האָט פֿאַרבאַהאַלטן אין אַ מאַגאַזין פֿון דער מלוכישער ביכער־קאַמער.
דאָס מאָל האָט ייִװאָ געדאַרפֿט פֿאַרהאַנדלען מיט דער רעגירונג פֿון דער ליטװישער רעפּובליק, װאָס איז אָקערשט געװאָרן אומאָפּהענגיק. סוף־כּל־סוף איז מען געקומען צו אַ פּשרה, און איצט קען מען נוצן די דאָזיקע מאַטעריאַלן אינעם דיגיטאַלישן פֿאָרמאַט.
װײַזערס געשיכטע פֿון ייִװאָ איז אַ געשפּאַנטע און באַלערעװדיקע לעקטור. מאַקס װײַנרײַך איז ניט געװען דער אײנציקער צװישן די אײראָפּעיִשע ייִדישע פּליטים װאָס האָט געפֿונען אַ נײַע הײם אין אַמעריקע און אױפֿגעבױט דאָ אַ הצלחהדיקעע קאַריערע. אָבער ער איז אפֿשר געװען דער אײנציקער, װעמען עס האָט זיך אײַנגעגעבן ניט נאָר ממשיך צו זײַן זײַנע אײגענע פֿאָרשונגען, נאָר אױך װידער אױפֿצובױען אַ גאַנצע װיסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוציע אױפֿן נײַעם אַמעריקאַנער באָדן, װאָס פֿאַרבלײַבט אַקטיװ ביזן הײַנטיקן טאָג.
Hello, fellow Forward reader! I’m Marge Magner, a Forward reader and board member.
I remember my grandmother reading the Yiddish Forverts in our living room.
I wonder what she’d make of today’s media environment. Every day there’s more news that affects American Jews but fewer newsrooms and resources to cover that news with truth, honesty and care.
My grandmother trusted the Forward, and all these years later, I do too. That’s why I’m matching all gifts up to $36,000.
