„דאָ בין איך דער בעל־הבית““Here I’m the boss”
דער משל, אינספּירירט פֿון פּרשת שופֿטים, גיט אָנצוהערן, ווי מען קען זיך אַן עצה געבן מיט אָבסעסיווע מחשבֿות.
צווישן די סיבות פֿאַר וואָס אַ מענטש פֿילט אַנגסט און דעפּרעסיע זענען אָפֿט מאָל אָבסעסיווע מחשבֿות. ווער עס לײַדט דערפֿון, אָדער קען עמעצן וואָס לײַדט דערפֿון, דאַרף נישט קיין סך דערקלערונגען כּדי צו פֿאַרשטיין וויפֿל דאָס קען פֿאַרקריפּלען אַ מענטשן. ווי אַזוי קען מען זיך באַפֿרײַען פֿון אָבסעסיווע מחשבֿות וואָס פּאַראַליזירן דעם מענטש?
פֿאַרשטייט זיך, אויב עס האַנדלט זיך וועגן ערנסטע פּראָבלעמען אינעם לעבן דאַרף מען זיי נישט איגנאָרירן; מע דאַרף זיך טאַקע אָפּגעבן מיט זיי. דאָ רעדן מיר וועגן אַזעלכע מחשבֿות וואָס פֿירן נישט צו קיין שום לייזונג, וואָס פֿארדרייען דעם קאָפּ און לאָזן נישט לעבן.
מען דערציילט וועגן אַ געוויסן חסיד וואָס האָט זיך געמוטשעט מיט אַזוינע אײַנדרינגלעכע נעגאַטיווע מחשבֿות. ער איז געגאַנגען זיך באַראַטן מיטן אַלטן רבי׳ן, דעם גרינדער פֿון חב״ד. דער רבי האָט אים געשיקט זיך באַראַטן מיט אַן עלטערן, דערפֿאַרענעם האָלצהעקער וואָס האָט געוווינט אין אַ נאָענטן וואַלד.
„ער וועט דיר קענען העלפֿן פֿאַרשטיין ווי אַזוי מען קען קאָנטראָלירן אומגעוווּנטשענע מחשבֿות,“ האָט דער רבי געזאָגט.
דער חסיד, אָנגעפֿילט מיט האָפֿענונג, איז גלײַך אַרויסגעגאַנגען צום הויז פֿון דעם אַלטן האָלצהעקער. ווען ער איז אָנגעקומען, איז די טיר געווען פֿאַרשלאָסן, כאָטש ער האָט געזען אַז אינעווייניק ברענט אַ ליכט.
האָט ער אָנגעהויבן קלאַפּן אין דער טיר, אָבער קיינער האָט נישט געעפֿנט. האָט ער געקלאַפּט נאָך שטאַרקער. גאָרנישט. האָט ער גענומען שרײַען: „עפֿנט מיר די טיר! איך פֿאַרפֿריר דאָ!“
גאָרנישט.
נישט האָבנדיק קיין אַנדער ברירה, האָט ער זיך אַוועקגעלייגט אין אַ ווינקל צו שלאָפֿן.
אין דער פֿרי האָט דער בעל־הבית געעפֿנט די טיר און באַגריסט דעם חסיד.
„וואָס ברענגט אײַך צו מײַן הויז?“ האָט ער געפֿרעגט.
„איך בין געקומען אײַך עפּעס פֿרעגן,“ האָט דער חסיד געענטפֿערט. „אָבער איידער איך שטעל מײַן שאלה, וויל איך וויסן פֿאַרוואָס איר האָט מיר נעכטן בײַ נאַכט נישט געעפֿנט די טיר. איך האָב לאַנג געקלאַפּט און געשריגן. וווּ איז אײַער מיטגעפֿיל און הכנסת־אורחים?“
„זעט,“ האָט דער האָלצהעקער געענטפֿערט, „דאָס איז מײַן הויז, און אין מײַן הויז בין איך דער בעל־הבית. איך באַשליס וועמען אַרײַנצולאָזן און ווען. עס אינטערעסירט מיר נישט וויפֿל מען שרײַט, קלאַפּט אָדער מאַכט אַ גאַנצן טומל. אין מײַן הויז באַפֿעל איך. נו, וואָס איז אײַער שאלה?“
„אַ דאַנק. איר האָט מיר שוין געגעבן דעם ענטפֿער וואָס איך האָב געזוכט,“ האָט דער חסיד געזאָגט, בשעת דער האָלצהעקער האָט אים אָנגעקוקט מיט פֿאַרוווּנדערונג.
די סדרה פֿון דער וואָך, שופטים, הייבט זיך אָן מיטן ג־טלעכן באַפֿעל:
„שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך“ — „ריכטער און פּאָליציאַנטן זאָלסטו שטעלן אין אַלע דײַנע טויערן.“
לויטן פּשוטן באַדײַט רעדט זיך וועגן דעם אַחריות פֿון דער קהילה צו שטעלן ריכטער בײַ די טויערן פֿון די שטעט, כּדי צו באַשטימען וואָס איז דער ריכטיקער אויפֿפֿירונגס־וועג, און פּאָליציאַנטן, וועמענס אויפֿגאַבע איז צו פֿאַרזיכערן אַז מע פֿאָלגט די פּסקים פֿונעם בית־דין.
אונדזערע חכמים דערקלערן אַז דער באַפֿעל האָט אויך אַ פּערזענלעכן באַדײַט און אַן אָנווענדונג אין יעדנס לעבן. דער מענטש איז ווי אַ קליינע שטאָט. די זיבן „טויערן“, דורך וועלכע זאַכן קומען אַרײַן אין דער פּערזענלעכער „שטאָט“ און גייען אַרויס פֿון איר, זענען די צוויי אויגן, צוויי אויערן, צוויי נאָזלעכער און דאָס מויל.
עס איז אונדזער אַחריות צו שטעלן „ריכטער און פּאָליציאַנטן“ בײַ די דאָזיקע טויערן. מיר דאַרפֿן באַשטימען וואָס מיר וועלן דערלויבן אַרײַנצוקומען אין אונדזער „שטאָט“ און וואָס מיר וועלן דערלויבן אַרויסצוגיין פֿון איר.
דערפֿאַר דאַרף מען צוויי זאַכן: „ריכטער“, כּדי צו באַשטימען וואָס מען טאָר און וואָס מען טאָר נישט זען, הערן און עסן, און וואָס מען זאָל אָדער זאָל נישט אַרויסלאָזן פֿונעם מויל; און „פּאָליציאַנטן“, כּדי צו פֿאַרזיכערן אַז די באַשלוסן פֿון די ריכטער ווערן טאַקע דורכגעפֿירט.
עס איז נישט אַזוי שווער צו באַשטימען וואָס איז ריכטיק אין יעדער סיטואַציע. דערפֿאַר דאַרף מען פּשוט אַרײַנקוקן אין שולחן־ערוך אָדער זיך באַראַטן מיט אַ קאָמפּעטענטן רב. די שוועריקייט איז דורכצופֿירן דאָס וואָס מיר ווייסן אַז מיר דאַרפֿן טאָן. יעדער איינער וואָס האָט אַמאָל אָנגעהויבן אַ נײַע דיעטע ווייסט גוט דעם מרחק צווישן וויסן און טאָן.
ווי אַזוי ברענגען מיר אין דער פּראַקטיק די מסקנות פֿון אונדזערע „ריכטער“?
מיר דאַרפֿן פּאָליציי.
בשעת אַ „ריכטער“ שטעלט פֿאָר שׂכל, טענות און לאָגיק, שטעלט דער „פּאָליציאַנט“ פֿאָר פּונקט דאָס פאַרקערטע: אַ צווינגענדיקע דורכפֿירונג, אָן טענות. אין דעם פּערזענלעכן לעבן מיינט דאָס דיסציפּלין: זיך מחייבֿ צו זײַן זיך אויפֿצופֿירן לויט דעם וועג וואָס מען פֿאַרשטייט ווי ריכטיק — לויט דער אָביעקטיווקייט פֿון דער הלכה — אַפֿילו ווען די אינסטינקטן און געפֿילן, די אייגענע סוביעקטיוויטעט, שטעלן זיך אַנטקעגן.
„איך בין דער בעל־הבית פֿון מײַן הויז, און איך באַשליס ווער און וואָס מעג אַרײַנקומען.“
עס בלײַבט נאָך צו דערקלערן ווי אַזוי מיר אידענטיפֿיצירן דעם „איך“, דעם בעל־הבית, און זײַן אמתן ווילן. אָבער דאָס איז שוין אַן אַנדער טעמע…
צום סוף וויל איך מיטטיילן דעם בליק פֿונעם ליובאַוויטשער רבי׳ן — זכותו יגן עלינו — וועגן נעגאַטיווע מחשבֿות.
אין אַ סך פֿאַלן, ווען מענטשן האָבן זיך געווענדט צום רבי׳ן וועגן דעם ענין, האָט דער רבי געראָטן אַז דער בעסטער אופֿן זיך אַן עצה צו געבן מיט די מחשבֿות איז דורך אַריבערפֿירן דעם געדאַנק צו אַן אַנדער זאַך און זיי נישט אַרײַנלאָזן. דער אופֿן הייסט „היסח הדעת“, דאָס הייסט אָפּצולענקען דעם באַוווּסטזײַן אין אַן אַנדער ריכטונג.
דאָס איז אַ גאָר אַנדער צוגאַנג ווי אַרײַנצוקריכן אָן אַ סוף אין די נעגאַטיווע געדאַנקען און אין זייערע מעגלעכע סיבות — אַ זאַך וואָס זייער אָפֿט פֿאַרשטאַרקט זיי נאָר און גיט זיי נאָך מער שעדלעכע באַטײַטונג אין אונדזער לעבן.
תכלית גערעדט:
ווען אָבסעסיווע מחשבֿות קלאַפּן אין דער טיר, דאַרף מען געדענקען אַז דער מענטש איז דער בעל־הבית און קען „אַרײַנלאָזן“ וועמען ער וויל. ווען מע קלײַבט אויס אָנצופֿילן דעם קאָפּ מיט אַ פּאָזיטיוון געדאַנק, בלײַבט במילא נישט קיין אָרט פֿאַרן נעגאַטיוון.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
Facts Only
* A Hasid sought advice from an elder, the founder of Chabad.
* The elder referred him to an elderly Hazzan who served in a prison.
* The text references a Talmudic teaching: "שופטים ושוטרים תתן לך בכל שעריך" (Judges and police shall give you in every gate).
* The law implies that judges and police must govern the gates to determine the right path for entry and exit.
* The responsibility is placed on the community to act as "judges and police" concerning what is allowed into and out of a personal space (the house).
* The text suggests consulting a competent Rabbi or studying Talmud to determine what is right.
* The process involves redirecting the focus from negative thoughts to another direction, termed "היסח הדעת."
Executive Summary
Full Take
Sentinel — Human
The text is a complex piece blending personal anecdote, philosophical reasoning about control (the 'owner' metaphor), and religious teaching regarding controlling negative thoughts, strongly indicating human authorship.
