דער מאָזלען־אױסבראָך און דער סקעפּטיציזם װעגן װאַקצינעןThe measles outbreak and the skepticism about vaccines
מע הײבט אָן װידער מורא צו האָבן פֿאַר מאָזלען. װי אַזױ דערקלערט מען דאָס?
אַ פּאַציִענט מײַנער אין מײַן קליניק האָט מיר געװיזן אַ בילד פֿון אַ פּלימעניק מיט אַ מאָדנעם אױסשיט. „קען דאָס זײַן מאָזלען?“ האָט ער געפֿרעגט, אומבאַרויִקט. מיט פֿינף יאָר צוריק, מיט צװײ יאָר צוריק, װאָלט איך אים געזאָגט אַז דאָס איז שיִער נישט אוממעגלעך. הײַנט אָבער לײענט מען קאָשמאַרן װעגן קינדער װאָס שטאַרבן אַװעק פֿון אַ קראַנקײט װאָס האָט פֿריִער געהאַלטן בײַם עלימינירט װערן. װאָס איז געשען?
אין די שפּעטע 1950ער און פֿריִע 1960ער יאָרן, זײַנען צװײ מאָל אַזױ פֿיל קינדער געשטאָרבן פֿון מאָזלען װי פֿון פּאָליאָ. די ערשטע פּראָבע פֿון אַ מאָזלען־װאַקצין האָט מען אַדורכגעפֿירט אין 1960. אַז מע קוקט אױף דער דאָזיקער טאַבעלע, אונטן, זעט מען אַז די צאָל פֿאַלן זײַנען היפּש אַראָפּגעפֿאַלן בײַם אַדאָפּטירן דעם װאַקצין. (מע קען אױך פֿאַרגלײַכן מיט בריטאַניע, װוּ דעם װאַקצין האָט מען אײַנגעפֿירט מיט אַ 20 יאָר שפּעטער, און די צאָל פֿאַלן איז געבליבן מער װײניקער אַ הױכע ביז דעמאָלט, אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿש״אַ.)
הײַנט זעט מען װידער מאָזלען: נישט נאָר די בולטסטע סימנים דערפֿון — דעם אױסשיט װאָס הײבט זיך אָן אױפֿן קאָפּ און גײט װײַטער אַראָפּ, ביז די פֿיס, אָדער די בלױלעכע פּינטעלעך אױף דער אינעװײניקסטער הױט פֿון מױל — נאָר אױך די סכּנות װאָס זײַנען גאַנץ רעאַל כאָטש קומען פֿאָר װײניקער, מוח־אינפֿעקציעס און טױט. אין 2023 זײַנען געװען 58 פֿאַלן מאָזלען אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן; אין 2024 — 285; אין 2025 — 2,289, און אין 2026, ביזן 27סטן אױגוסט — 2,903 פֿאַלן.
אין 2025 זײַנען דרײַ קינדער אין אַמעריקע געשטאָרבן פֿון מאָזלען, און ביז איצט אין 2026 זײַנען צוויי קינדער געשטאָרבן, כאָטש די טראָמפּ־אַדמיניסטראַציע, בײַנאַנד מיט דער דירעקטאָרין פֿון פֿעדעראַלן סי־די־סי, עריקאַ שוואַרץ, האָבן אָפּגעמעקט יענעם ציפֿער פֿון פֿעדעראַלן װעבזײַטל.
די סיבות פֿאַר װאָס מע װאָלט געװאָלט באַהאַלטן יענעם ציפֿער דעקן זיך מיט די סיבות פֿאַרן נעגאַטיװן צוגאַנג צו װאַקצינען װאָס הערשט אין דער איצטיקער רעגירונג. װאָס אַן אמת, כאָטש מע האָט ליב צו באַשולדיקן דעם פּרעזידענט אין אַנטי־װאַקציניזם, איז אַזאַ צוגאַנג אױך אַ סך מער פֿאַרשפּרײט אין אַנדערע לענדער. אױך אין קאַנאַדע שטײַגט די צאָל פֿאַלן מאָזלען און דעם אַנטי־װאַקציניזם שטיצט מען מער אין דער עפֿנטלעכקײט. הײסט עס אַז טראָמפּ, און דער נעגאַטיװער צוגאַנג פֿונעם געזונט־סעקרעטאַר ראָבערט קענעדי לגבי װאַקצינען, זײַנען נאָר סימפּטאָמען פֿון אַ ברײטערער גלאָבאַלער טענדענץ.
בכלל װילן אַ סך הײַנטיקע רעגירונג־פֿירער איבער דער װעלט אײַנצױמען די מאַכט און דעם גרײך פֿון דער מלוכה. זײער טענה גײט אין דעם, אַז די מלוכה מישט זיך כּלומרשט צו פֿיל אַרײַן אינעם לעבן פֿון מענטשן. דאָס איז געקניפּט און געבונדן מיט אַן אַזוי־גערופֿענעם פּאָפּוליזם. אַזעלכע אָנפֿירערס װילן שטיצן „דאָס פֿאָלק“ קעגן „דער עליטע.“
צום באַדױערן רעכנט „די עליטע“ אַרײַן מענטשן װאָס זײַנען יאָ מומחים אין געװיסע געביטן װאָס דאַרפֿן יאָ אַ ספּעציאַליזירטן צוגאַנג. און „דאָס פֿאָלק“ װאָס די דאָזיקע אָנפֿירערס שטיצן איז אָפֿט מאָל נאָר דער טײל פֿאָלק װאָס שטיצט יענע פֿירערס. (מע זעט נישט קײן איניציאַטיװן פֿון די דאָזיקע אַנטי־װאַקצין־רעגירונגען צו שטיצן אַנדערע אַספּעקטן פֿון עפֿנטלעכן געזונט. פֿאַרקערט, די קאַמפּאַניע לטובֿת געזינטערע שפּײַזן פֿון קענעדי איז מערסטנס אַן אופֿן צו באַשלדיקן יחידים אין זײערע דיִעטעטישע טעותן.)
די דאָזיקע אידעאָלאָגיִעס העלפֿן דערקלערן פֿאַר װאָס „פּאָפּוליסטישע“ אָנפֿירערס אין אַ צאָל לענדער טרעטן אַרױס קעגן דאָקטױרים, קעגן פֿאָלקסגעזונט, קעגן װאַקצינען, נאָר פֿון דער אַנדערער זײַט, ניצן זיי יאָ די מאַכט פֿון דער מלוכה זיך אַלײן צו באַרײַכערן און באַשיצן.
די דאָזיקע טענדענצן שפּיגלען זיך אױך אָפּ אין די מײנונגען נישט בלויז פֿון די פֿירערס, נאָר אױך פֿון סתּם מענטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר. יעדע װאָך זע איך אַ סך פּאַציענטן אין מײַנע קליניקן אין באַלטימאָר װאָס זײַנען סקעפּטיש לגבי װאַקצינען אָדער זײַנען אַקטיװ דערקעגן.
פֿאַר װאָס װיל מען זיך נישט װאַקצינירן? װעגן דעם האָט מען אַדורכגעפֿירט אַ צאָל שטודיעס, נאָר אױף אײן פֿוס איז װיכטיק צו דערקענען אַז דאָס נישט װאַקצינירן זיך מײנט נישט אַז מע װיל נישט. דאָס לעבן איז קאָמפּליצירט, אַ סך פֿאָדערונגען קאָנקורירן איינע מיט דער צווייטער, און אױב מע דאַרף פֿאָרן צום דאָקטער, אין אַ געװיסער שעה, און צאָלן אַפֿילו בלױז אַ פּאָר דאָלער, קען דאָס אױך זײַן אַ מניעה. (שטעל זיך פֿאָר אױב מע האָט קלײנע קינדער אױך, אָדער עס פֿעלט אַ טראַנספּאָרט־מיטל, אָדער די ריכטיקע שפּראַך.) מיט אײן װאָרט, מענטשן טוען וואָס ס׳איז זיי גרינגער.
אָבער עס זײַנען אױך דאָ מענטשן װאָס זײַנען נישט זיכער אַזױ צי אַזױ װעגן װאַקצינען, זײ פֿילן זיך אין אַ קאָנפֿליקט. מע האָט נישט קײן צוטרױ צו דער רעגירונג, מע האָט מורא פֿאַר די בײַ־עפֿעקטן (װאָס עקזיסטירן יאָ), מע האָט זיך אינאָפֿרמירט מיט פֿאַלשע ידיעות.
אַ בײַשפּיל װאָס קער אינטערעסירן די פֿאָרווערטס־לײענערס איז אַנשי שלומנו, די חסידישע קהילות אַרום דער װעלט, װוּ װאַקצין־סקעפּטיציזם איז אױך אַן ענין. כאָטש מע זאַמלט נישט קײן דאַטן אין די אַמעריקאַנער צענזוסן באַזירט אױף רעליגיע, קען מען זען, למשל, פֿון די מאַפּעס בײַם ניו־יאָרקער געזונט־דעפּאַרטמענט, אַז אין די געגנטן װיליאַמסבורג און באָראָ־פּאַרק, למשל, איז דער פּראָצענט װאַקצינירטקײט װײניקער.
די סיבות פֿאַר װאָס טײל חסידים זײַנען נישט איבערצײַגט צו װאַקצינען זײערע קינדער זײַנען ענלעך אױף סיבות פֿון אַנדערע אַזעלכע איבער דער װעלט: אַ שטײַגנדיקן אומצוטרױ צו דער רעגירונג אין אַ תּקופֿה פֿון עקאָנאָמישער און געזעלשאַפֿטלעכער אומזיכערקײט.
װען עס רעדט זיך וועגן געזונט־באַשלוסן, פֿאָלגט מען אָפֿט מאָל נישט די עצה פֿונעם דאָקטער, נאָר גיכער וואָס עס זאָגט אַ קרובֿ אָדער אַ גוטער־פֿרײַנד. אױב עס מאַכט זיך אַ שװעריקײט אָדער אַן אומבאַקװעמלעכקײט אַרום װאַקצינען, קען געמאָלט זײַן, אַז מע װעט נאָכמאַכן די מענטשן װאָס מע קען פּערזענלעך און מיט װעלכע מע פֿאַרברענגט אַ סך צײַט.
מעדיצינישער עטיקערס הײבן אַרױס די װיכטיקײט פֿון „פֿרײַען אױסקלײַב“ װעגן געזונט־באַשלוסן, נאָר אַ סך פֿירעכצן װאָס זײַנען אָנגענומען אין אונדזערע געזעלשאַפֿטן און קהילות זײַנען נישט גוט דורכגעטראַכט — אַרײַנגערעכנט פֿירעכצן װאָס שטיצן דעם עפֿנטלעכן געזונט. דאָס טראָגן שיץ־פּאַסן, למשל, אָדער דאָס פֿאָרן פּאַמעלעכער ווי די מאַקסימאַלע גיכקײט, אָדער דאָס נישט רײכערן אין עפֿנטלעכע ערטער, דאָס פֿאַרזיכערן געזונטע שפּײַזן און װאַסער־קאַנאַליזאַציע — דאָס אַלץ זײַנען דערגרײכונגען פֿון פֿאָלקס־געזונט װאָס זײַנען באַזירט אױפֿן מבֿינות פֿון רעגירונג־עקספּערטן, נישט יחידישע באַשלוסן װאָס מע דאַרף װידער נעמען יעדן טאָג פֿון דאָס נײַ.
ווען מע לעבט אין אַ געזעלשאַפֿט דאַרף מען, פֿאַרשטייט זיך, אָננעמען געװיסע אַחריותן לטובֿת דעם כּלל. װען איך װאָלט געדאַרפֿט איבערצײַגן אַלע מײַנע פּאַציענטן אײנציקװײַז װעגן װאַקצינען װאָלט געװען אוממעגלעך צו דערגרײכן די באַשיצונג װאָס מע דאַרף פֿאַר דער גאַנצער באַפֿעלקערונג. לאָמיר האָפֿן אַז דעם עפֿנטלעכן געזונט, באַזירט אױף װיסנשאַפֿטלעכע פֿאַקטן, װעט אונדזער געזעלשאַפֿטלעך װײַטער שטיצן.
As we welcome the new year, the shofar’s blast cuts through the noise to wake us up. It calls for truth and accountability within ourselves and for the world.
The Forward takes the call for truth and accountability seriously. Readers come to the Forward for Jewish news they can trust, free of barriers or bias. They want the American Jewish story to be told fully and fairly.
We rely on our readers to help us heed the shofar’s call. I’m counting on you to make a generous gift to the Forward during the High Holiday season and help us reach our goal of $180,000.
— Jay Ehrlich, SVP, Operations
Facts Only
* A patient reported seeing a clean, modern clinic and asked if it could be measles.
* Two times in the late 1950s and early 1960s, two measles outbreaks occurred, similar to polio.
* A trial for a measles vaccine was conducted in 1960.
* Data from that period showed falling numbers following vaccine adoption; comparison with the UK context is mentioned.
* Measles symptoms can include rash, falling behind the head, extending to the legs, or red spots on the inner skin of the mouth.
* In 2023, 58 measles cases occurred in the United States.
* Case numbers for measles rose to 285 in 2024 and 2,289 in 2025, and 2,903 by August 2026.
* Three children died from measles in the United States in 2025; two children died up to 2026.
* The Trump administration and the Department of Health Services removed federal data from the federal website.
* Anti-vaccination attitudes spread beyond the US, with increased case numbers in Canada.
Executive Summary
Full Take
Sentinel — Human
The text functions as a polemical essay blending medical skepticism with broader political and religious themes, exhibiting the characteristic complexity and stylistic unevenness of human argumentation.
