ווידעאָ: זכרונות פֿונעם אַרבעטער רינג אין מאָנטרעאָלVIDEO: Memories of the Workmen’s Circle in Montreal
שלום (סאָל) עדלשטיין האָט געפֿירט דעם מאָנטרעאָלער „ברענטש“ אין אירע לעצטע יאָרן.
מער ווי הונדערט יאָר לאַנג האָט דער אַרבעטער־רינג געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דעם ייִדישן לעבן פֿון מאָנטרעאָל. די אָרגאַניזאַציע איז געווען איינע פֿון די וויכטיקסטע וועלטלעכע ייִדישע כּוחות אין דער שטאָט און האָט אין משך פֿון לאַנגע יאָרן אַנטוויקלט אַ רײַך קולטור־ און געזעלשאַפֿטלעך לעבן.
אין דער רעקאָרדירונג וועט איר זיך באַקענען מיט שלום (סאָל) עדלשטיין, וואָס האָט אָנגעפֿירט דעם אַרבעטער־רינג אין מאָנטרעאָל אין אירע לעצטע יאָרן. מיטן שמועס פֿירט אָן אלי בענעדיקט פֿון דער ייִדיש־ליגע.
אין די ערשטע יאָרן פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט זענען געווען אַ ריי אַרבעטער־רינג-„ברענטשעס“ איבער קאַנאַדע, וואָס האָבן געפֿירט אַ רײַכע קולטור־אַרבעט, אַרײַנגערעכנט שולן, טעאַטער־טרופּעס און כאָרן. במשך פֿון די יאָרן האָבן זיך די „ברענטשעס“ צו ביסלעך פֿאַרמאַכט, און די פֿאַרבליבענע אַקטיוויטעטן האָבן זיך צונויפֿגעקליבן אין איין הויז אין מאָנטרעאָל. אין דעם לעצטן יאָר האָט זיך אויך דאָס הויז פֿאַרמאַכט. אין דעם שמועס וועט שלום עדלשטיין דערציילן וועגן די „ברענטשעס“, וועגן דעם לעבן און די אויפֿטוען אין דעם הויז, און וועגן זײַנע אייגענע איבערלעבונגען דאָרט.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
Sentinel — Human
The text functions as a dual piece: a factual narrative about the Workmen's Circle in Montreal followed by a journalistic solicitation, showing natural shifts in voice and purpose.
