טשיקאַוועסן: אַ ריזיקע ראַנדקע־געשעעניש דורך „איי־אײַ“ און חב״דTidbits: A huge Jewish dating event through AI and Chabad
זינט 2021, ווען מע האָט אײַנגעפֿירט די ראַנדקע־אונטערנעמונג, זענען מער ווי 30 פּאָרלעך דורך איר פֿאַרקנסט געוואָרן.
Tidbits is a Forverts feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both! If you read the article and don’t know a word, just click on it and the translation appears. Listen to the report here:
דעם 9טן אויגוסט וועלן טויזנטער אומבאַפּאָרטע ייִדן איבער דער וועלט אָנשטעלן זייערע עקראַנען און רעדן נײַן מינוט לאַנג מיט אַ פֿרעמדן. בײַ אַ טייל פֿון זיי וועט דאָס אפֿשר, אָן זייער וויסן, זײַן דער ערשטער שמועס מיט זייער זיווג.
אַזוי האָפֿן טאַקע די אָרגאַניזירער פֿונעם ריזיקן ראַנדקע-געשעעניש, Met@Chabad, וואָס זיי זאָגן וועט זײַן די גרעסטע סינכראָניזירטע ייִדישע ראַנדקע־אונטערנעמונג אויף דער וועלט. אין איין נאַכט וועלן אומבאַפּאָרטע ייִדן פֿון מער ווי 30 לענדער און טויזנט קהילות — אַרײַנגערעכנט מעלבורן, בוענאָס־אײַרעס און ניו־יאָרק — צונויפֿגעפּאָרט ווערן מיט פֿינעף מענטשן, אַ דאַנק דער הילף פֿון „איי־אײַ“ און אויך דורך רבנים און רביצינס, וואָס קענען די באַטייליקטע פּערזענלעך. מיט יעדן פֿון די פֿינעף מענטשן וועט דער באַטייליקטער שמועסן נײַן מינוט לאַנג דורך ווידעאָ.
זינט 2021, ווען מע האָט אײַנגעפֿירט די יערלעכע ראַנדקע־אונטערנעמונג, זענען מער ווי 30 פּאָרלעך פֿאַרקנסט געוואָרן דורך דער סיסטעם, און כּמעט בײַ אַלע זענען די פּאָרלעך געווען פֿון אַנדערע שטעט און לענדער. מיט אַנדערע ווערטער, אָן דער אונטערנעמונג וואָלטן זיי זיך קיין מאָל נישט באַקענט.
די יערלעכע אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן צוליב אַ וואַקסנדיקן פֿענאָמען בײַ די חב״ד־שלוחים איבער דער וועלט. יונגע ייִדן וואָס קומען צו זיי אויף שבת־מאָלצײַטן אָדער כּדי זיך צו באַראַטן מיט זיי וועגן אַ קאַריערע אָדער צוליב אַ פּערזענלעכן ענין, האָבן אָפֿט אויך געבעטן הילף בײַם געפֿינען אַ שידוך. אָבער בײַ חב״ד איז פּשוט נישט געווען קיין „שדכנות־ביוראָ“.
נעמענדיק אין באַטראַכט וויפֿל אַמעריקאַנער ייִדן האָבן הײַנט חתונה מיט נישט־ייִדן האָבן די שלוחים שטאַרק געוואָלט העלפֿן די אומבאַפּאָרטע ייִדן וואָס זוכן אַ זיווג. לויטן „פּיו“־פֿאָרשצענטער, האָבן 72% נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדן זינט 2010 חתונה געהאַט מיט עמעצן וואָס איז נישט קיין ייִד. אָבער זינט דעם 7טן אָקטאָבער 2023 האָבן די שלוחים באַמערקט אַ נײַע טענדענץ: מער יונגע ייִדן זאָגן זיי, אַז זיי ווילן חתונה האָבן מיט ייִדן און זוכן הילף ווי צו דערציִען ייִדישע משפּחות.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף דעם ראַנדקע־געשעעניש דעם 9טן אויגוסט גיט אַ קוועטש דאָ:
צו לייענען וועגן דעם אויף ענגליש גיט אַ קוועטש דאָ:
To read about this in English click here:
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
Facts Only
* Over 30 couples were made through the event.
* The organization was named Met@Chabad.
* The event involved transporting Jewish individuals from more than 30 countries.
* The locations included Melbourne, Buenos Aires, and New York.
* The system introduced in 2021 facilitated the matches.
* Participants receive nine-minute video sessions with each other.
* The initiative utilized "AI" and assistance from rabbis and Rebbes.
* 72% of non-Orthodox Jews had been married since 2010, according to the survey mentioned.
Executive Summary
Full Take
Sentinel — Human
The text reads like a heavily localized news brief that synthesizes reported events with journalistic reflection, indicating human editorial input rather than pure machine generation.
