אַ וועגווײַזער צום פֿאַרשוווּנדענעם ייִדישן קוואַרטאַל פֿון וואַרשעA tourist’s guide to the vanished Jewish quarter of Warsaw
בני מערס בוך לעבט אויף אַ ייִדישע וועלט פֿון מאַרקן, ביכערקראָמען און פֿאַרברעכער, ווי ס׳איז געווען אין 1938, ערבֿ דעם חורבן.
פֿאַרן חורבן האָבן אין וואַרשע געוווינט אַן ערך 370 טויזנט ייִדן — די גרעסטע ייִדישע שטאָט אין אייראָפּע און די צווייט גרעסטע בכלל נאָך ניו-יאָרק.
נאָך דער מלחמה איז די שטאָט און אירע ייִדישע אײַנוווינער, ווי באַוווּסט, געוואָרן איין גרויסע חורבֿה. דאָס גאַנצע רײַכע ייִדישע לעבן איז געוואָרן שטויב און אַש. אָבער אַ דאַנק די דיגיטאַלישע אַרכיוון, קען דאָס אַמאָליקע ייִדישע לעבן אין וואַרשע ווײַטער עקזיסטירן אין דעם מענטשלעכן דמיון, און מע קען עס ווידער אויפֿלעבן אין אונדזער תּקופֿה. אַ מענטש קען זיך פֿאַרטיפֿן אין די אַמאָליקע וואַרשעווער ייִדישע צײַטונגען, זיך פֿאַרלירן אין דער רײַזע אויף דער צײַטמאַשינקע, און זיך פֿאָרשטעלן אַז מע געפֿינט זיך אין וואַרשע אין 1938.
דאָס איז פֿאַקטיש דער רושם וואָס בלײַבט נאָכן דורכבלעטערן בני מערס נײַ בוך אויף העברעיִש, „מורה דרך: ורשה היהודית 1938“ (אַ וועגווײַזער צו דער ייִדישער וואַרשע, 1938), אַרויס אין 2025 בײַם מאגנס-פֿאַרלאַג. דער געדאַנק הינטער דעם בוך איז גאָר אייגנאַרטיק און אומגעוויינטלעך: צו שרײַבן אַ בוך הײַנט צו טאָג וואָס איז צונויפֿגעשטעלט ווי אַ בוך פֿאַר טוריסטן וועלכע ווילן באַזוכן דעם ייִדישן ייִשובֿ אין וואַרשע אין 1938; און דער „מחבר“ פֿונעם וועגווײַזער איז אַ וואַרשעווער ייִד פֿון יענע יאָרן, וואָס ווענדט זיך צו די דעמאָלטדיקע לייענערס.
בעצם איז דאָס גאַנצע בוך אַ שפּיל פֿון „לאָמיר זיך פֿאָרשטעלן“: אַ געשיכטע-בוך וואָס מאַכט זיך פֿאַר אַ טוריסטיש בוך, וואָס גיט פּרטים וועלכע זענען דעם הײַנטיקן לייענער דווקא אומניצלעך. דאָס שטייט אין שאַרפֿער סתּירה מיטן עצם געדאַנק פֿון אַ טוריסטיק בוך וואָס זײַן ציל איז צו געבן ניצלעכע פּרטים וועגן אַ געוויס אָרט. ווי מער שרײַבט אין דער הקדמה: „כּמעט אַלץ וואָס וועט ווײַטער געשילדערט ווערן אין אָט דעם וועגווײַזער עקזיסטירט ניט הײַנט… דאָס שרײַבן פֿון אַזאַ מין וועגווײַזער איז אויף אַ גרויסן מאָס דערמעגלעכט געוואָרן אַ דאַנק דער וועבזײַט ׳עיתּונות יהודית היסטורית׳ [דער היסטאָרישער ייִדישער פּרעסע].“
ווי יעדער וועגווײַזער פֿון דעם זשאַנער, איז דאָס בוך צעטיילט אויף דרײַ קאַטעגאָריעס: אַלגעמיינע קענטשאַפֿט, ניצלעכע אינפֿאָרמאַציע און די טורן. אויף דער ערשטער קאַטעגאָריע, „אַלגעמיינע קענטשאַפֿט“, קען מען לייענען וועגן דער שטאָטס געשיכטע, איר באַפֿעלקערונג, אירע לשונות, רעליגיע, ווירטשאַפֿט, קולטור, ספּאָרט, אַרכיטעקטור, חיות און פֿלאַנצן. למשל, ניט געקוקט אויף אַלע פּאָליטישע, רעליגיעזע און קולטורעלע מחלוקתן צווישן די וואַרשעווער ייִדן, האָבן זיי כאָטש איין זאַך געהאַט בשותּפֿות: די ייִדישע שפּראַך. ווי עס שטייט אינעם וועגווײַזער, רעדט מען אין דער ייִדישער וואַרשע בעיקר ייִדיש, ווי 88.9% פֿון די ייִדישע אײַנוווינער האָבן אין 1931 דעקלאַרירט. און זיי רעדן זייער אייגענעם ייִדישן דיאַלעקט מיט זײַנע אייגענע טערמינען. אַ באַלעבאָס, צום בײַשפּיל, הייסט אַ „וואַרעט“; אַ פֿינצטערער קאָרידאָר איז אַ „שטשאָנקע“; בכּיוון איז „אינאַמישנע“.
אויף דער קאַטעגאָריע „ניצלעכע אינפֿאָרמאַציע“ אינפֿאָרמירט דער וועגווײַזער דעם לייענער אין וועלכער צײַט פֿון יאָר איז ייִדן כּדאי צו באַזוכן וואַרשע (דער ענטפֿער: פֿרילינג און האַרבסט, ווען מע פֿײַערט דעם „חודש פֿון ייִדיש בוך“). צווישן די אַנדערע שאלות: וווּ אײַנצושטיין; וואָס צו עסן און טרינקען, פֿון אייער קיכלעך ביז וואַסער־פּלעצלעךף וויפֿל קאָסטן פֿאַרשידענע זאַכן? (אַ ייִדישע צײַטונג למשל קאָסט צווישן 10 און 30 גראָשן; אַ קילאָ קעז — 1 זלאָטע); וואָס צו לייענען אויפֿן וועג? פֿון וואָס מע זאָל זיך אָפּהיטן? (פֿון די גנבֿים, פֿאַרשטייט זיך) און ווי אַזוי מע קען אָנקומען קיין וואַרשע. מע לייענט אויך וועגן דעם פֿאַרקער אויפֿן וועג, דער פּאָסט, די בענק, דער פּאָליציי, די פֿײַערלעשערס, די ביבליאָטעקן, און נאָך און נאָך.
אויף דער טורן-סעקציע לייגט דער מחבר פֿאָר זיבן מעגלעכע טורן, למשל: אַ טור פֿונעם פּלאַץ גזשיבאָווסקי דורך דער קראָכמאַלנער גאַס – דער צענטער פֿון „דאָס פּלעצל“ (דער ייִדישער אונטערוועלט), פֿון וואַנען עס שטאַמען די דרײַ מחברים פֿון דער זעלבער משפּחה, י. י. זינגער, יצחק באַשעוויס זינגער און אסתּר קרײַטמאַן, און וווּ עס געפֿינט זיך אויך דער באַרימטער סאַסקי-גאָרטן; אַ טור וואָס דערפֿירט דיך דורך דער באַרימטסטער ייִדישער גאַס נאַלעווקעס, דער האַרץ פֿון ייִדישער וואַרשע, וווּ מחמת דער בליִענדיקער עקאָנאָמיע שפּראָצן דאָרט אויף יעדן שריט און טריט נײַע קיאָסקן פֿון זעלצער און אײַזקרעם; אָדער אַ שפּאַציר וואָס גייט דורכן צפֿונדיקן טייל שטאָט, אַרײַנגערעכנט דורך דער אָרעמער סמאָטשע־גאַס, וואָס ניט געקוקט אויף דעם דלות פֿאַרמאָגט זי דעם שיינעם „מעטראָ-קינאָזאַל“. בני מער האָט אַגבֿ מיט 8 יאָר צוריק טאַקע געשריבן אַ גאַנץ בוך וועגן דער סמאָטשע־גאַס (מאגנס, 2018).
„אַ וועגווײַזער צו דער ייִדישער וואַרשע, 1938“ איז אַ וויכטיקער בײַטראָג צום זשאַנער פֿון פּאָפּולערער געשיכטע, וואָס באַנײַט און באַלעבט די אַמאָליקע שטאָט דורך זײַן אויסנעמיקן פֿאָרמאַט. דער העברעיִשער לייענער וועט געניסן פֿון מערס ברייטער קענטשאַפֿט, הומאָר און טאַלאַנט ווי אַ דערציילער. ס׳איז פֿאָרט אומפֿאַרמײַדלעך, אַז בשעתן לייענען פֿילט מען זיך ווי מע דרייט זיך אַרום אין דער וועלט פֿון שדים און ווי מע ווערט געפֿירט דורך אַ „טויטער שטאָט“. דאָס בוך פּאַסט צום בעסטן פֿאַר די לייענערס וואָס זענען מסוגל אַ ווײַלע „צו סוספּינדירן דעם ספֿק“ און זיך איבערגעבן דער פֿאַנטאַזיע.
נאָכן איבערלייענען דאָס בוך, שטעל איך זיך אַליין די קשיא: וואָס פֿאַר אַ ווירטועלע פֿאַנטאַזיע אין דרײַ דימענסיעס וואָלט די אַלמעכטיקע קינסטלעכע אינטעליגענץ געקאָנט שאַפֿן פֿון מערס בוך? אויף אַזאַ סאָרט אויפֿלעבונג דאַרף מען נאָך וואַרטן.
Hello, fellow Forward reader! I’m Marge Magner, a Forward reader and board member.
I remember my grandmother reading the Yiddish Forverts in our living room.
I wonder what she’d make of today’s media environment. Every day there’s more news that affects American Jews but fewer newsrooms and resources to cover that news with truth, honesty and care.
My grandmother trusted the Forward, and all these years later, I do too. That’s why I’m matching all gifts up to $36,000.
Facts Only
* A book by a Jewish historian details a Jewish world of marksmen, criminals, and perpetrators from 1938.
* The Jewish quarter in Warsaw was destroyed during the Holocaust.
* The city had approximately 370,000 Jews prior to the destruction.
* The entire Jewish life in the area became rubble and ash.
* The guide is titled "A Wayguide to the Jewish Quarter of Warsaw, 1938."
* The author was a Jewish man from the years, who is referred to as a descendant of the earlier inhabitants.
* The book functions as a fictional travel guide to the Jewish settlement in Warsaw in 1938.
* Information categories include general facts, specific details about time periods (spring and summer), costs, directions, and details about institutions like police, synagogues, and libraries.
* Yiddish was the primary language, spoken by about 88.9% of the Jewish inhabitants in 1931.
Executive Summary
Full Take
Sentinel — Human
The text is primarily a complex blend of historical analysis and personal reflection, exhibiting the stylistic markers of a human writer engaging deeply with a topic.
