עמיל קאַלין געווינט דעם מענדעלע פּריז פֿאַר ליטעראַטור 2026Emil Kalin wins Mendele Prize for Yiddish Literature 2026
דעם פּריז באַקומט ער לכּבֿוד זײַן ראָמאַן „צוזאַמענבראָך“, וועגן דעם קאָמפּליצירטן דרך פֿון אַ געוועזענעם חרדישן ייִד פֿון ירושלים.
דער תּּל-אָבֿיבֿער שטאָטראַט האָט די וואָך אַנאָנסירט, אַז דער 43־אָריקער ייִדישער שרײַבער עמיל קאַלין האָט זוכה געווען צו באַקומען דעם מענדעלע-פּּריז פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור. דעם פּרײַז טיילט די שטאָט אויס יעדע פֿיר יאָר פֿאַר בעלעטריסטיק, ליטעראַטור־קריטיק אָדער אַנדערע בײַטראָגן צו דער ייִדיש־ליטעראַטור.
דעם פּריז האָט מען אים געגעבן אין שײַכות מיט זײַן לעצטן ראָמאַן, „צוזאַמענבראָך“ (2025), וועגן אַ געוועזענעם חרדישן ייִד פֿון ירושלים, וואָס פֿאַרלאָזט זײַן פֿרוי און קינד און לאָזט זיך גיין אויף אַ קאָמפּליצירטן גײַסטיקן דרך. דאָס בוך איז דערשינען אין פֿאַרלאַג ייִדיש-בראַנזשע און לייוויק-פֿאַרלאַג, מיט דער שטיצע פֿון דער „נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור“. מע קאָן עס קויפן דורך leyvik.org.
נישט לאַנג נאָך דער פּובליקאַציע פֿונעם ראָמאַן האָט דער פֿאָרווערטס־רעצענזענט מיכאל קרוטיקאָוו געשריבן וועגן דעם בוך, און בפֿרט וועגן דעם הויפּט־פּערסאָנאַזש, הערש, אַזוי:
קאַלין שילדערט סײַ מענטשן און סײַ לאַנדשאַפֿטן אָן קײן שום באַפּוצונג. ער איז אַ מײַסטער פֿון מעטאַפֿאָרישן אימאַזש, װאָס שאַפֿט אַ געהעריקע שטימונג. די שטאָט תּל־אָבֿיבֿ איז אַ מין לעבעדיקע, פֿיבערדיקע חיה, װאָס כאַפּט הערשן פֿעסט אַרום „מיט בײדע שװיציקע הענט.“ די אױטאָבוסן זײַנען „אומגעלומפּערטע יבשה־שיפֿן, װאָס שנײַדן זיך קױם דורך אַ װעג אין דער ברױזנדיקער באַװעגונג.“ ער אַנטלױפֿט קײן ירושלים מיט אַ האָפֿענונג, „אַז ירושלים װעט מיך דערהײבן מיט זיך, אָבער דאָס פֿאַרקערטע איז געשען: ירושלים האָט מיך דערנידערט, אַראָפּגעשלעפּט מיט זיך אין בלאָטע.״
די דרײַ ריכטער פֿונעם פּריז־קאָמיטעט — דבֿ־בער קאָטלערמאַן, דניאל גלאַי און נירה תּובֿל — האָבן געזאָגט, אַז קאַלינס בוך איז נישט בלויז זייער גוט געשריבן, נאָר איז אויך איינער פֿון די גאָר ווייניק מאָדערנע ראָמאַנען אויף ייִדיש, וואָס באַהאַנדלען טעמעס פֿון דער הײַנטיקער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט.
אַחוץ „צוזאַמענבראָך“ האָט קאַלין אַרויסגעגעבן צוויי אַנדערע ראָמאַנען, און הײַיאָר וועט דערשײַנען זײַן פֿערטער. די אויסטיילונג וועט פֿאָרקומען דעם 1טן דעצעמבער 2026 אין עינבֿ-זאַל, וווּ עס וועט אויך בײַזײַן דער תּל-אָבֿיבֿער בירגער-מײַסטער רון חולדאי.
עמיל קאַלין איז געבוירן געוואָרן אין 1982 אין בוקאַרעשט, און האָט מיט זײַן משפּחה עולה געווען קיין ישׂראל אין עלטער פֿון 7 יאָר.
ער האָט פֿאַרענדיקט זײַנע הויכע לימודים אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים, און האָט לאַנגע יאָרן געאַרבעט אין הײַטעק. הײַנט לערנט ער פּסיכאָלאָגיע אינעם תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט.
קאַלין האָט אויך איבערגעזעצט אויף ייִדיש דאָס דײַטשישע בוך „דער גאַנג פֿון די הינט“, וואָס איז אַרויס דורכן פֿאַרלאַג „אָלניאַנסקי טעקסט“. זײַנע אַנדערע ביכער זײַנען אַרויס דורך די פֿאַרלאַגן „ייִדיש בראַנזשע“ און „ה. לייוויק“.
זײַנע קירצערע ווערק קען מען לייענען אינעם דיגיטאַלישן זשורנאַל „ייִדיש בראַנזשע“, רעדאַקטירט פֿון באָריס סאַנדלער.
אין יאָר 2025 איז ער פֿאַרבעטן געוואָרן אויף אַ טור אין אַכט שטעט אין דײַטשלאַנד, כּדי פֿאָרצושטעלן דאָס בוך „צוזאַמענברוך“.
ער וווינט אין תּל־אָבֿיבֿ מיט זײַן פֿרוי שבֿע כּהן און זייערע דרײַ קינדער.
Hello, fellow Forward reader! I’m Marge Magner, a Forward reader and board member.
I remember my grandmother reading the Yiddish Forverts in our living room.
I wonder what she’d make of today’s media environment. Every day there’s more news that affects American Jews but fewer newsrooms and resources to cover that news with truth, honesty and care.
My grandmother trusted the Forward, and all these years later, I do too. That’s why I’m matching all gifts up to $60,000.
Facts Only
* Emil Kalin won the Mendele Prize for Yiddish Literature 2026.
* The prize was awarded for his novel, "Tzumenberokh."
* The novel is about a Haredi Yiddish man from Jerusalem who leaves his wife and children to follow a complex spiritual path.
* The novel was published in 2025.
* The novel was published by the Yiddish-Branshe and Leviv publishing houses with support from the National Institute for Yiddish Culture.
* Michael Krutko oversaw the literary review of the novel.
* Kalin's character's words about his people and land are described as metaphorical.
* The text describes Jerusalem as a place that "lowers" him, having been dragged down into the dust.
* Kalin has other novels planned; the next will appear on December 1, 2026.
* Kalin was born in 1982 in Bucharest.
* He studied at the University of Jerusalem and later studied psychology at the University of Tel Aviv.
* He translated the German book "Der Gang von den Hinter" into Yiddish.
