Skip to content
Chimera readability score 55 out of 100, Graduate reading level.

דער קאַמף צװישן טראַדיציע און רעװאָלוציע אין סאָװעטיש־ייִדישער קולטור The battle between tradition and revolution in Soviet-Yiddish culture
סאָװעטיש־ייִדיש איז געװען אַ ראַדיקאַלער עקספּערימענט, װאָס פֿאַרנעמט אַ װיכטיקן פּלאַץ אױף דער װעלטמאַפּע פֿון ייִדישער קולטור
די סאָװעטיש־ייִדישע קולטור איז געװען עסטעטיש אָדער אידעאָלאָגיש פֿילזײַטיק, לכל־הפּחות אין משך פֿון די ערשטע פּאָר צענדליק יאָר. דאָס איז דער עיקר־טעזיס פֿון דער װאָגיקער שטודיע „רױטע ייִדן: דער ייִדיש־סאָװעטישער קולטור־פּראָיעקט“ פֿון דער ליטעראַטור־פֿאָרשערין דאַריע װאַכרושאָװאַס (אוניװערסיטעט פֿון מינכען).
דער ציל פֿון דער פֿאָרשונג איז צו לאָזן דעם הײַנטיקן לײענער הערן די פֿאַרשײדענע שטימען אינעם אַלגעמײנעם כאָר פֿון סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטן, קינסטלער און כּלל־טוער.
ווי האָבן אָט די פֿיגורן פֿאַרשטאַנען די צוקונפֿטיקע ייִדישע קולטור? װי אַזױ האָבן זײ בדעה געהאַט צונױפֿצוברענגען ייִדישקײט און סאָװעטישקײט? װוּ שטײט די סאָװעטישע ייִדישע קולטור אױף דער ייִדישער װעלטמאַפּע? דאָס זײַנען די פֿראַגן, װאָס װאַכרושאָװאַ באַהאַנדלט.
זי גיט זיך ספּעציעל אָפּ מיט לינגװיסטישע פּרטים — טערמינען, מעטאַפֿאָרן, אימאַזשן — װאָס מען האָט גענוצט אין די קריטישע װיכּוחים פֿון יענער תּקופֿה. דערבײַ באַטראַכט זי ניט נאָר די מער באַקאַנטע ליטעראַרישע טעקסטן, נאָר אַ ברײטערן פֿאַרנעם פֿון מקורים פֿון צײַטונגען.
װאַכרושאָװאַ פּרוּװט צו אַנטפּלעקן די פֿילשטימיקײט פֿונעם סאָװעטיש־ייִדישן קולטורעלן פּראָיעקט. זי איז ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט אין פֿאַרשײדענע װיזיעס פֿון דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, װאָס מען האָט אַרומגערעדט אין די 1920ער יאָרן.
דאָס בוך באַשטײט פֿון דרײַ טײלן. אינעם ערשטן באַטראַכט װאַכרושאָװאַ כּלערלײ עסטעטישע מאַניפֿעסטן און קינסטלערישע פּראָגראַמען פֿון ייִדישער קולטור, װאָס מען האָט אַרױסגעגעבן נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה אין קיִעװ, מאָסקװע, לאָדזש, װאַרשע און בערלין.
דער צװײטער טײל איז געװידמעט דעם נסתּרס זאַמלונג רײַזע־פֿאַרצײכענונגען „דרײַ הױפּטשטעט“(1934). דער לעצטער חלק אַנאַליזירט די סטיליסטישע און לינגװיסטישע אַספּעקטן פֿון סאָװעטישע ליטעראַרישע איבערזעצונגען אױף ייִדיש פֿון רוסיש און אײראָפּעיִשע שפּראַכן.
די יאָרן נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה זײַנען געװען אַ בלי־תּקופֿה פֿון ייִדישן אַװאַנגאַרד אין ליטעראַטור און קונסט. אין װאַרשע זײַנען דערשינען די זשורנאַלן „רינגען“, „אַלבאַטראָס“, „כאַליאַסטרע“, „די װאָג“; אין בערלין — „מילגרױם“; אין קיִעװ — דיאַלמאַנאַכן „אײגנס“ און „אױפֿגאַנג“. לרובֿ האָבן די דאָזיקע פּובליקאַציעס ניט לאַנג געדױערט, אָבער זײ האָבן געמאַכט דרײסטע פּראָקלאַמאַציעס װעגן דער רעװאָלוציע אין דער ייִדישער קולטור.
למשל, אינעם ערשטן נומער פֿון דער סאָװעטישער קאָמוניסטישער צײַטונג „דער עמעס“ דעם 7טן נאָװעמבער 1920 האָט פּרץ מאַרקיש פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל „אױף די װעגן פֿון ייִדישער דיכטונג“. עס איז מערקװירדיק, באַמערקט װאַכרושאָװאַ, װאָס דער דאָזיקער מאַניפֿעסט פֿון דער נײַער סאָװעטישער ייִדישער פּאָעזיע פֿאַרמאָגט ניט קײן מאַרקסיסטישע קאָמוניסטישע מליצה.
אַנשטאָט דעם רעדט מאַרקיש װעגן טיפֿע איבערלעבונגען, װאָס פֿאַרכליניען דעם מענטשן אין דער צײַט פֿון דער רעװאָלוציע. די רעװאָלוציע האָט גורם געװען אַן איבערבראָך אין דער טראַדיציע, „און טאַקע דערפֿאַר קאָנען די דיכטער פֿון אונדזער נײַער שטורעמדיקער תּקופֿה ניט שאַפֿן קײן מאָנומענטאַלע װערק, זײ זײַנען קױלן־גראָבערס […] פֿאַר נײַע תּקופֿות, פֿאַר קומעדיקע דורות,“ שרײַבט מאַרקיש.
אָבער מיט פֿיר יאָר שפּעטער האָט מאַרקיש זיך באַרעכנט װעגן דער המשכדיקײט פֿון דער ייִדישער קולטור. אין אַ רעפֿעראַט אין װילנע אין 1924 האָט ער געזאָגט, לױטן באַריכט אין דער װילנער צײַטונג „טאָג“: „ניטאָ קײן צװײ ליטעראַטורן, ס’זײַנען בלױז פֿאַראַן צװײ ליטעראַרישע עפּאָכעס, מיט פֿאַרשײדענע פֿאָרמעס, אָבער מיט אײן גרונד־ליניע, אײן ענדציל.“
דאָ האָט מאַרקיש פּראָקלאַמיט די המשכדיקײט צװישן די קלאַסיקער װי מענדעלע, שלום־עליכם און פּרץ און דער נײַער ליטעראַטור, װי מאַרקיש אַלײן, װאָס איז אַנטשטאַנען נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה.
אָט די צװײ קעגנזײַטיקע דעות װעגן דער ליטעראַרישער אַנטװיקלונג — אַן איבערבראָך אָדער המשכדיקײט — האָבן באַשטימט צװײ שטרעמונגען אין דער אַלװעלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה, סײַ אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, סײַ אין פּױלן און סײַ אין אַמעריקע.
אין אונטערשייד צו דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער שיטה אין ייִדיש־פֿאָרשונגען, װאָס פּרוּװן כּסדר צופּאַסן ייִדישע טעקסטן צו דער הײַנטיקער מאָדע אין ליטעראַרישער טעאָריע, איז װאַכרושאָװאַס מעטאָד דער עיקר אַ פֿילאָלאָגישער.
זי באַזירט אירע אױספֿירן אױף אַ גרונטיקן אַנאַליז פֿונעם שפּראַכלעכן סטיל פֿון ייִדישע מקורים. אַזאַ צוגאַנג מאַכט אירע אַרגומענטן גלײַכצײַטיטק מער װאָגיק און מער ניואַנסירט. זי דערװײַזט פּינקטלעך, װי אידעיִשע און עסטעטישע חילוקי־דעות צװישן ייִדישע ליטעראַטן האָבן זיך אַנטפּלעקט דורך שאַטירונגען אין זײער זאַצבױ, װאָקאַבולאַר, אינעם אױסקלײַב פֿון גערמאַנישע, סלאַװישע און לשון־קודשדיקע קאָמפּאָנענטן.
װאַכרושאָװאַ באַמערקט, אַז כּסדר שאַצט מען אָפּ די פּאָזיציעס פֿון סאָװעטישע שרײַבער, אַזעלכע װי מאַרקיש און דוד בערגעלסאָן, פֿונעם שפּעטערן שטאַנדפּונקט, װען מען איז שױן געװױר פֿון זײער טראַגישן אומקום. זי פּרוּװט, להיפּוך, לײענען זײערע טעקסטן דורך דעם מיטצײַטלערישן שפּאַקטיװ. זי ברענגט דעם לײענער אַרײַן אינעם סאַמע ברען פֿון קריטישע װיכּוחים פֿון די 1920ער יאָרן.
אַן אינטערעסאַנטער בײַשפּיל פֿון דעם, װי אַזױ מען האָט זיך געפּרוּװט צופּאַסן צו די נײַע סאָװעטישע באַדינגונגען, זײַנען דעם נסתּרס פֿאַרצײכענונגען װעגן די שטעט כאַרקעװ, לענינגראַד און מאָסקװע אינעם זאַמלבוך „הױפּטשטעט“. דאָס איז געװען זײַן פּרוּװ אַריבערצוגײן פֿונעם סימבאָליסטישן סטיל פֿון זײַנע פֿריִערדיקע דערציילונגען צו דעם רעאַליסטישן סטיל פֿונעם זשאַנער פֿון רײַזע־פֿאַרצײכענונג.
װאַכרושאָװאַ האַלט, אַז דער נסתּר האָט בכּװוּן אָפּגעהיט עלעמענטן פֿון זײַן סימבאָליסטישן סטיל – אַזעלכע װי ריטמישע איבערחזרונגען פֿון די אײגענע װערטער אין אײן זאַץ, דער שװערלעכער דײַטשמערישער זאַצבױ, דער ניט־פֿאַרלאָזלעכער נאַראַטאָר – כּדי אונטערצורײַסן די פּאָזיטיװע שטימונג, װאָס עס האָט געפֿאָדערט די אָפֿיציעלע סאָװעטישע ליטעראַטור. „הױפּטשטעט“ איז אַ דאָקומענט פֿון דעם נסתּרס אַנטױשונג אינעם פּראָיעקט פֿון אױפֿבױען די ייִדישע קולטור אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, פֿאַרסך־הכּלט װאַכרושאָװאַ.
װי אַ צאָל אַנדערע ייִדישע און ניט־ייִדישע מחברים, װאָס זײַנען געשטאַנען אױף די ראַנדן פֿון דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער ליטעראַטור, האָט דער נסתּר געפֿונען אַ מקום־מקלט אין איבערזעצערישער אַרבעט. ער האָט איבערגעזעצט אויף ייִדיש די װערק פֿון די רוסישע קלאַסיקער לעװ טאָלסטאָי, פֿיאָדאָר דאָסטאָיעװסקי, איװאַן טורגענעװ, און פֿון אַ היפּשער צאָל דײַטשישע, פֿראַנצײזישע און אַנדערע שרײַבער.
איבערזעצונגען פֿון דער רוסישער און אײראָפּעיִשער בעלעטריסטיק און דיכטונג, פֿון פּאָליטישער און װיסנשאַפֿטלעכער ליטעראַטור אױף די סאָװעטישע מינאָריטעט־שפּראַכן זײַנען געװען אַ װיכטיקער עלעמענט פֿון דער סאָװעטישער קולטור־פּאָליטיק, און ייִדיש איז ניט געװען קײן אױסנאַם. דערצו איז דאָס געװען אַ מער־װײניקער סטאַבילע פּרנסה, װײַל די האָנאָראַרן האָבן באַצאָלט מלוכישע פֿאַרלאַגן.
דװקא די איבערזעצונגען האָבן אַ סך בײַגעטראָגן צו דער אַנטװיקלונג פֿונעם אײגנאַרטיקן סאָװעטישן נוסח פֿון ייִדיש. איבערזעצונגען זײַנען אויך געװאָרן אַ װיכטיק ליטעראַריש פֿעלד פֿאַר שפּראַכלעכע עקספּערימענטן, בפֿרט װען די פּאָליטישע באַדינגונגען זײַנען אין די 1930ער יאָרן געװאָרן אַלץ שװערער, פֿאַרסך־הכּלט װאַכרושאָװאַ. אַזױ האָט זיך די ייִדישע שפּראַך װײַטער אַנטװיקלט, ניט געקוקט אױף דעם פּאָליטישן דרוק.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO