נאָוואַטאָרישער אַקטיאָר־רעזשיסאָר רפֿאל גאָלדוואַסער איז אַוועקInnovative Yiddish actor-director Raphael Goldwasser has died
גאָלדוואַסער האָט נישט סתּם אינסצענירט פּיעסעס, נאָר זיך באַמיט איבערצוצײַגן דעם צוקוקער זיך אַרײַנצוטראַכטן אינעם אינהאַלט.
פֿון שׂרה־רחל שעכטער
דער ייִדישער אַקטיאָר, רעזשיסאָר, פּאַנטאָמימיקער און לערער פֿון ייִדישן טעאַטער, רפֿאל גאָלדוואַסער, איז דינסטיק געשטאָרבן אין נאַרבאָן, פֿראַנקרײַך, צוליב קאָמפּליקאַציעס פֿון אַ האַרץ־פֿעלער. ער איז געווען 79 יאָר אַלט.
די לוויה וועט פֿאָרקומען פֿרײַטיק דעם 24סטן יולי, 15.00 אַ זייגער, אויפן ייִדישן חלק פון בית-עולם אין מערבֿ-נאַרבאָן.
גאָלדוואַסער האָט נישט סתּם אינסצענירט פּיעסעס, נאָר זיך באַמיט איבערצוצײַגן דעם צוקוקער זיך אַרײַנצוטראַכטן אינעם אינהאַלט. מע זעט דאָס קלאָר אין זײַן ייִדישער איבערזעצונג פֿון דני האָראָוויצעס העברעיִשער פּיעסע „פֿעטער אַרטור“ (2020ֶ), וואָס מע קען זען אויף יוטוב. דאָ רעדט זיך וועגן אַ דראַמאַטורג, פּיטער סטאָון — אַ לעבן געבליבענער פֿון חורבן — וואָס שרײַבט אַ פּיעסע ווי אַ נקמה זײַן פֿעטער אַרטור, וואָס פֿלעג זאָגן, זיצנדיק אין ניו־יאָרק: „ווי קענען מענטשן זיך לאָזן פֿירן אין קרעמעטאָריע ווי שאָף צו דער שחיטה?“ סטאָון באַמיט זיך שטאַרק צו געפֿינען אַ ישׂראלדיקן טעאַטער וואָס זאָל פּראָדוצירן די פּיעסע, אָבער קיין איין טעאַטער וויל זיך דאָס נישט אונטערנעמען. אין סטאָונס פֿרוסטרירונג קען מען דערפֿילן אויך גאָלדוואַסערס עגמת־נפֿש.
אין 2013 האָט גאָלדוואַסער געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק שפּילנדיק די ראָלע פֿון לאָקי אין סעמיועל בעקעטס „וואַרטן אויף גאָדאָ“. דער ייִדישער קולטור־טוער דזשאָרדין קוציק זאָגט אַז גאָלדוואַסער האָט אַרײַנגעבראַכט אין דער פּראָדוקציע אַ „סטאַבילן פּסיכאָז“: „דער ריטעם פֿון זײַן מאָנאָלאָג בײַט זיך אין גאַנצן נישט און די עמאָציאָנעלע קוואַליטעט פֿון זײַן פּסעוודאָ־וויסנשאַפֿטלעכע פּלאַפּלערײַ בלײַבט אויך די זעלבע.“
נאָך גאָלדוואַסערס פּטירה האָט משה יאַסור, דער רעזשיסאָר פֿונעם ייִדיש־שפּראַכיקן „וואַרטן אויף גאָדאָ“, געזאָגט פֿאַר וואָס ער האָט אויסגעקליבן גאָלדוואַסערן פֿאַר דער ראָלע. „רפֿי איז געווען דער בעסטער אויסטײַטשער פֿון לאָקי ווײַל ער האָט ממש פֿאַרקערפּערט די ראָלע. זײַן פֿעיִקייט בײַם אויסדריקן זיך איז געווען פֿאַרוואָרצלט אין דער פֿיזישער קונסט פֿון פּאַנטאָמימע — סובטיל אָבער בולט.“
דער לאַנגיאָריקער זשורנאַליסט דזשאָרדין קוציק האָט געזאָגט אַז גאָלדוואַסער האָט זיך אַנטקעגנגעשטעלט ווען עמעצער האָט, נאָכן זען די פּיעסע, באַמערקט אַז „לאָקי איז געווען אַ מין קאָמישע אָפּשפּאַנונג (comic relief בלע״ז) אין דער פּיעסע“: „מײַן ראָלע איז נישט געווען קיין קאָמישע אָפּשפּאַנונג, נאָר פֿאַרקערט: איך בין דווקא געווען די טראַגעדיע, און די אַנדערע פּערסאָנאַזשן האָבן געשילדערט די אַבסורדיסטישע קאָמעדיע,“ האָט גאָלדוואַסער געזאָגט.
רפֿאל גאָלדוואַסער איז געבוירן געוואָרן אין אַרגענטינע אין 1947. זײַן טאַטע איז געווען דער אָנגעזעענער אַקטיאָר זישע גאָלדוואַסער, אַ מיטגליד פֿונעם ייִדישן פֿאָלקס־טעאַטער אין בוענאָס־אײַרעס. די מאַמע, לאה (לאָלאַ אויף שפּאַניש), האָט געגעבן אירע דרײַ זין עכטע ייִדישע נעמען — ראובֿן, דניאל און רפֿאל, האָט געזאָגט רפֿאלס עלטערער ברודער דניאל גלאַי — דער פֿאָרזיצער פֿון „בית לייוויק“ אין תּל־אָבֿיבֿ. „די מאַמע איז געווען באַצויבערט פֿון איר מאַנס טאַלאַנט, און איך געדענק נישט אַז מײַנע עלטערן האָבן זיך אַ מאָל געקריגט צווישן זיך.“
ווען רפֿי איז געווען פֿינף יאָר אַלט האָט מען אים שוין געזען אויף דער בינע אין בוענאָס־אײַרעס — אין שלום־עליכמס איינאַקטער, „אַגענטן“. ווען די אַקטיאָרן האָבן געזען ווי שטאַרק דאָס קינד וויל שפּילן טעאַטער האָט מען אים געגעבן אַן איין־שורהדיקע ראָלע: „טאַטע, כ׳וויל עסן!“ כּדי ער זאָל זיך פֿילן גלײַך מיט די אַנדערע אַקטיאָרן. „כ’בין זיכער אַז שלום עליכם האָט הנאה געהאַט דערפֿון,“ האָט גלאַי געזאָגט.
נאָך דעם ווי די משפּחה האָט עולה געווען קיין ישׂראל האָט רפֿאל שטודירט טעאַטער און געשיכטע בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. שפּעטער האָט ער זיך אָבער אַריבערגעקליבן קיין פֿראַנקרײַך וווּ ער האָט באַקומען אַ מאַגיסטער פֿון טעאַטער־געשיכטע בײַם פּאַריזער אוניווערסיטעט. „רפֿי האָט ניט געקאָנט פֿאַרטראָגן מלחמה, ער האָט געמוזט אַנטרינען פֿון איר,“ האָט גלאַי געזאָגט. „דער מצבֿ אין ישׂראל, אַפֿילו פֿון דער ווײַטנס, האָט אים זיכער אָפּגעשוואַכט.“
במשך פֿון זײַן קאַריערע האָט ער זיך קונה־שם געווען ווי אַ נאָוואַטאָרישער אַרטיסט, וואָס האָט צונויפֿגעפֿלאָכטן די טראַדיציעס פֿון ייִדישן טעאַטער, פֿראַנצייזישער פּאַנטאָמימע און דער נײַער אוידיאָ־וויזועלע מעדיאַ, האָט געזאָגט דער פֿאָרזיצער פֿונעם אַרגענטינער ייִוואָ, אַבֿרהם ליכטענבוים. ער האָט אויפֿגעטראָטן איבער דער וועלט, געשאַפֿן טעאַטראַלישע אונטערנעמונגען, אַנסאַמבלען, אינטערנאַציאָנאַלע פֿעסטיוואַלן און, דער עיקר, פֿאַרלייגט און אָנגעפֿירט מיטן „לופֿט־טעאַטער“ אין סטראַסבורג, פֿראַנקרײַך.
ער איז אויך געווען אַן אָנגעזעענער פּעדאַגאָג, געלערנט אין דער ייִדישער טעאַטער־אַקאַדעמיע און געפֿירט אינטערנאַציאָנאַלע סעמינאַרן איבער אייראָפּע. במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָט ער, בשותּפֿות מיטן בוענאָס־אײַרעסער ייִוואָ, געהאַלטן בײַם אַנטוויקלען אַ „נײַע פּעדאַגאָגיע פֿאַרן ייִדישן טעאַטער“.
רפֿאל גאָלדוואַסער האָט פֿאַראָבֿלט זײַן ברודער, דניאל גלאַי; זײַן לעבנס־באַגלייטערין דזשוטיט בוכהאַלטער; זײַנע קינדער יאָרדאַן, מאַרין און מאַעל, און דרײַ אייניקלעך.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
Facts Only
* Raphael Goldwasser died.
* He was 79 years old.
* He died in Neary, France, due to complications from a heart failure.
* The obituary was published on Friday, July 24th, at 15:00.
* Goldwasser directed the film "Father Arthur" (2020).
* The film involves a playwright named Peter Stone, a Holocaust survivor who writes a play for revenge.
* In 2013, Goldwasser played Loki in Samuel Beckett's "Waiting for Godot."
* Goldwasser studied acting and history at Tel Aviv University.
* He obtained a master's degree in art history from the University of Paris.
* Goldwasser directed films, assembled groups, and the "Lojat-theater" in Strasbourg, France.
Executive Summary
Full Take
Sentinel — Human
The text exhibits the structure and voice of human biographical reporting, supported by embedded quotations from named individuals, indicating a high probability of human authorship.
