אורוגווײַער רבֿ: וואָס קען אַ ייִד זיך אָפּלערנען פֿונעם „וועלט־בעכער“?Uruguayan rabbi: What can Jews learn from the World Cup?
דער רבֿ טרייסט אַן אַרגענטינער ייִד וואָס איז צעבראָכן איבער דער מפּלה, ברענגענדיק פסוקים פֿון ספֿר יונה און דבֿרי־תּורה פֿונעם רמב״ם
דער מחבר פֿון דעם אַרטיקל, הרבֿ אליעזר שם טובֿ, פֿירט אָן מיטן חב״ד אין פּונטאַ דער עסטע, אורוגווײַ
דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, גלײַך נאָכן סוף פֿונעם וועלט־בעכער טורניי 2026 האָב איך אָנגערופֿן אַ גוטן פֿרײַנד אין אַרגענטינע, כּדי צו הערן ווי עס גייט אים.
איך בין ממש צעבראָכן — האָט ער געזאָגט — פֿאַרוואָס האָט דער אויבערשטער דאָס געטאָן?!
האָב איך אים געענטפֿערט: — איך בין נישט דעם אויבערשטנס בוכהאַלטער, און זיכער נישט זײַן אַדוואָקאַט. איך ווייס נישט פֿאַרוואָס ער טוט וואָס ער טוט, און פֿאַרוואָס ער טוט נישט וואָס ער טוט נישט. איך מיין אַז די וויכטיקסטע פֿראַגע איז נישט: „פֿאַרוואָס איז דאָס געשען“? נאָר גיכער: „וואָס איצט? וואָס קענען מיר זיך דערפֿון לערנען?“
האָט ער מיך געפֿרעגט, וואָס איך האַלט איז דער מוסה־השׂכּל פֿון דער מעשׂה. האָב איך אים געפֿרעגט צי ער געדענקט די מעשׂה פֿון יונה.
— אַוודאי. דער פֿיש האָט אים אײַנגעשלונגען.
ריכטיק — האָב איך געזאָגט — אָבער דאָס איז בלויז דער ערשטער טייל פֿון דער מעשׂה. נאָך דעם וואָס יונה האָט אין נינווה איבערגעגעבן די נבֿואה, מיט וועלכער דער אויבערשטער האָט אים געשיקט, איז ער אַרויס פֿון שטאָט און זיך אַוועקגעזעצט צו זען וואָס עס וועט ווערן.
דער אויבערשטער האָט דעמאָלט געמאַכט אויפֿוואַקסן אַ קיקיון (ריצנאייל־געוויקס), וואָס האָט אים געגעבן שאָטן, און יונה האָט זיך זייער געפֿרייט. אָבער אויף מאָרגן האָט דער אויבערשטער געשיקט אַ וואָרעם, וואָס האָט פֿאַרדאָרבן דעם קיקיון, און דער בוים איז פֿאַרטריקנט געוואָרן.
ווען די זון האָט שטאַרק געברענט, האָט יונה געליטן פֿון דער היץ און איז געוואָרן גאָר פֿאַרצווייפֿלט. האָט אים דער אויבערשטער געפֿרעגט: טרויערסטו איבערן קיקיון?
און יונה האָט געענטפֿערט: יאָ, ביז צום טויט.
האָט דער אויבערשטער געזאָגט: דו באַדויערסט אַ קיקיון, וואָס דו האָסט נישט פֿאַרפֿלאַנצט און נישט אויפֿגעהאָדעוועט. אין איין נאַכט איז ער אויפֿגעקומען, און אין איין נאַכט איז ער פֿאַרגאַנגען.
און זאָל איך דען נישט רחמנות האָבן אויף דער גרויסער שטאָט נינווה, וווּ עס וווינען מער פֿון צוועלף טויזנט מענטשן?“…
די מעשׂה שטעלט אונדז פֿאָר אַ פּשוטע אָבער טיפֿע פֿראַגע: וואָס פֿאַרדינט טאַקע אונדזער גרעסטע זאָרג?
און דאָ קומען מיר צוריק צום וועלט־בעכער. עס איז גאָר פֿאַרשטענדלעך, אַז אַן אַרגענטינער זאָל זײַן אַנטוישט ווען זײַן מאַנשאַפֿט פֿאַרשפּילט. ספּאָרט רופֿט אַרויס שטאַרקע געפֿילן, און דאָס איז דווקא איינע פֿון די סיבות, פֿאַרוואָס מענטשן האָבן עס אַזוי ליב.
דײַן טרויער איז נישט קיין חסרון — האָב איך אים געזאָגט — פֿאַרקערט. עס ווײַזט, אַז דו ביסט אַ מענטש מיט געפֿיל. און געפֿיל איז אַ טײַערע מידה.
אָבער ווען די ערשטע אַנטוישונג הייבט שוין אָן זיך אָפּצושוואַכן, איז כּדאַי זיך צו פֿרעגן: וואָס נאָך אין לעבן פֿאַרדינט אַזאַ מאָס פֿון דײַן איבערגעגעבנקייט?
באַטראַכט נאָר אַ מאָמענט. דו האָסט נישט געקענט ברענגען דעם נצחון, און דו האָסט אויך נישט גורם געווען די מפּלה. און דאָך האָט דער רעזולטאַט, וואָס איז בכלל נישט געווען אין דײַנע הענט, אַזוי שטאַרק באַווירקט דײַנע געפֿילן.
אפֿשר וואָלט זיך געלוינט אַרײַנצולייגן די זעלבע עמאָציאָנעלע ענערגיע אין אַן אַנדער מין „פֿאַרמעסט“ — אין אַזאַ, וווּ דײַנע באַשלוסן און דײַנע מעשׂים קענען טאַקע מאַכן אַן אמתן חילוק.
וואָס פֿאַר אַ פֿאַרמעסט מיין איך? דאָ קומט אַרײַן אַן אויסערגעוויינטלעכע הוראה פֿונעם רמב״ם.
דער רמב״ם שרײַבט, אַז יעדער מענטש דאַרף שטענדיק זען זיך אַליין און די גאַנצע וועלט ווי פּונקט באַלאַנסירט צווישן זכות און חובֿה.
איין מצווה. איין גוט וואָרט. איין מעשׂה פֿון חסד. אַפֿילו איין גוטער געדאַנק — יעדער איינער פֿון זיי קען איבערוועגן די גאַנצע וואָג לטובֿה — נישט נאָר פֿאַר זיך אַליין, נאָר פֿאַר דער גאַנצער וועלט.
מיר טראַכטן אָפֿט: וואָס מאַכט אויס וואָס איך׳ל טאָן? איך בין דאָך בלויז איין מענטש צווישן אַכט ביליאָן. דער רמב״ם בעט אונדז צו קוקן אויף דער וועלט מיט אַנדערע אויגן:
שטעל זיך פֿאָר אַ וואָג. אויף איין זײַט שטייען פֿיר ביליאָן מענטשן. אויף דער צווייטער זײַט — נאָך פֿיר ביליאָן. די וואָג איז פּונקט באַלאַנסירט. איצט שטעל זיך פֿאָר, אַז דו טרעטסט צו און באַשליסט אויף וועלכער זײַט זיך צו שטעלן. אין יענער רגע ווערט דײַן באַשלוס דער באַשליסנדיקער. דו ביסט דער וואָס האָט איבערגעוואָגן די גאַנצע וואָג.
אויב דאָס קלינגט צו אַבסטראַקט, לאָמיר זיך אומקערן צום וועלט־בעכער.
דער גאַנצער טורניר — נאָך וואָכן פֿון שפּילן, צענדליקער נאַציאָנאַלע מאַנשפֿאַטן און הונדערטער שפּילער — איז דער סוף באַשלאָסן געוואָרן דורך איין איינציקן מאָמענט: איין שפּילער. איין גאָל.
אַזוי איז אויך אין דער רוחניותדיקער וועלט. דער גרויסער געראַנגל צווישן גוטס און שלעכטס, וואָס באַגלייט די גאַנצע געשיכטע פֿון דער מענטשהייט, קען אויסזען ווי עפּעס צו גרויס, כּדי אַ יחיד זאָל קענען אײַנווירקן דערויף.
אָבער אויב די וואָג איז טאַקע באַלאַנסירט, ווי דער רמב״ם באַשרײַבט, קען דער גאַנצער סוף־רעזולטאַט אָפּהענגען פֿון איין מענטש. פֿון איין מצווה. פֿון איין גוט וואָרט. פֿון איין גוטן געדאַנק.
און יענער מענטש קען זײַן דווקא דו אַליין. מיט דעם באַשלוס וואָס ליגט הײַנט אין דײַנע הענט.
עס איז דאָ נאָך אַן ענין, וואָס דער וועלט־בעכער קען אונדז לערנען. די נבֿיאים באַשרײַבן אַ צײַט, ווען די וועלט וועט דערגרייכן איר אמתן ציל. דעמאָלט וועט דער משיח קומען און ברענגען אַן עפּאָכע פֿון שלום, גערעכטיקייט און אַלגעמיינער דערקענונג פֿון גאָט.
קען מען זיך פֿרעגן: ווי אַזוי איז עס מעגלעך, אַז איין מענטש זאָל אינספּירירן די גאַנצע וועלט?
אָבער טראַכט צוריק וועגן דעם וואָס מיר האָבן פּונקט איצט מיטגעזען. ביליאָנען מענטשן האָבן אין איין אויגנבליק זיך צוגעקוקט אויף איין מענטש: ליאָנעל מעסי.
פֿאַר אַ קורצן מאָמענט איז ער געוואָרן דער צענטער פֿונעם אויפֿמערק פֿון ביליאָנען מענטשן!
אויב דאָס איז מעגלעך אין דער וועלט פֿון ספּאָרט, איז עס נאָך מער פֿאַרשטענדלעך, אַז עס וועט קומען אַ טאָג, ווען די גאַנצע מענטשהייט וועט זיך ווענדן צו אַ פֿירער, וועמענס כּוח וועט נישט ליגן אין זײַנע פֿיס, נאָר אין זײַן רוח.
משיח וועט נישט פֿאַראייניקן מענטשן אַרום אַ פּילקע. ער וועט פֿאַראייניקן זיי אַרום אמת. אַרום גוטסקייט. אַרום גערעכטיקייט. אַרום שלום. און אַרום דער ידיעה פֿון ג-טליכקייט.
איך האָב דעמאָלט צוגעגעבן מיט אַ שמייכל: „ס׳איז דאָ אַ טשיקאַווער צופֿאַל. דער נאָמען Messi קלינגט ַא ביסל ענלעך צו Messiah.
אַוודאי איז דאָס בלויז אַ לשון־צופֿאַל. אָבער אַ מאָל קען אַ קליינע צופֿעליקייט דינען ווי אַ בריק צו אַ גרעסערן געדאַנק. און דער געדאַנק איז פּשוט:
אויב די גאַנצע וועלט קען זיך פֿאַראייניקן אַרום אַ פֿוסבאָל־פֿינאַל, אויב ביליאָנען מענטשן קענען זיך טיילן די זעלבע האָפֿענונג, די זעלבע שפּאַנונג און די זעלבע באַגײַסטערונג, דערמאָנט דאָס אונדז, אַז די מענטשהייט איז פֿעיִק זיך צו פֿאַראייניקן.
די פֿראַגע איז נאָר: אַרום וואָס?
די נבֿיאים זעען פֿאָרויס א טאָג, ווען די וועלט וועט זיך פֿאַראייניקן נישט אַרום קיין שפּיל, נאָר אַרום אַ ציל. נישט אַרום אַ געווינער, נאָר אַרום אמת. נישט אַרום אַ גאָל, נאָר אַרום דעם אויבערשטן.
און ביז עס קומט יענער טאָג, האָט יעדער איינער פֿון אונדז זײַן אייגענע ראָלע. מיר דאַרפֿן נישט וואַרטן אויף אַ פֿולן סטאַדיאָן. מיר דאַרפֿן נישט וואַרטן אויף אַ וועלט־פֿינאַל. און מיר דאַרפֿן זיכער נישט וואַרטן ביז אַלע אַנדערע וועלן טאָן וואָס זיי דאַרפֿן טאָן.
די געלעגנהייט ליגט פֿאַר אונדז יעדן טאָג. יעדער באַשלוס. יעדער גוט וואָרט. יעדע מצוה. יעדער אַקט פֿון חסד. זיי אַלע זײַנען מער באַטײַטנדיק, ווי מיר שטעלן זיך פֿאָר.
אפֿשר וועלן מיר קיינמאָל נישט וויסן, ווי ווײַט די השפּעה פֿון אַן איינציקער מעשׂה האָט זיך פֿאַרשפּרייט. אָבער לויט דעם רמב״ם דאַרפֿן מיר לעבן מיט דעם באַוווּסטזײַן, אַז עס איז זייער מעגלעך, אַז דווקא יענע מעשׂה האָט איבערגעווויגן די גאַנצע וואָג.
מיר קענען אפֿשר נישט באַשליסן ווער עס זאָל געווינען דעם וועלט־בעכער. אָבער מיר קענען יעדן טאָג באַשליסן וואָס פֿאַר אַ וועלט מיר העלפֿן בויען.
אויב יעדער פֿון אונדז וועט טאָן זײַן טייל, וועלן מיר אַלע צוזאַמען העלפֿן ברענגען דעם טאָג, ווען די וועלט וועט דערגרייכן איר אמתן נצחון — די גאולה האמתית והשלימה, מיט ביאת משיח צדקנו במהרה בימינו, ממש.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
