אַ חנעוודיקע רעקאָרדירונג קינדערלידער פֿון דער מעלבורנער ייִדישער טאָגשולDelightful recording of children’s songs by Melbourne’s Yiddish day school
די לידער זינגט מען אין דער „שלום עליכם שול“ — די איינציקע טאָגשול אויף דער וועלט, וווּ מע לערנט יעדן טאָג ייִדיש.
די באַקאַנטע ייִדישע טאָגשול אין מעלבורן, די „שלום עליכם שול“, האָט לעצטנס לאַנצירט אַ רעקאָרדירונג קינדערלידער דורך דער דיגיטאַלישער מוזיק־פּלאַטפֿאָרם „ספּאָטיפֿײַ.“ דער אַלבום איז מלא־חן.
די רעקאָרדירונג, „אונדזער קינדערגאָרטן שײן“, איז אַ זאַמלונג קינדערלידער, װאָס מע זינגט טאַקע אינעם קינדערגאָרטן פֿון דער „שלום עליכם שול“, האָט געזאָגט דער שולס דירעקטאָרין, רייזל זילבערמאַן. די טאָגשול איז הײַנט די איינציקע אין דער וועלט, וווּ מע לערנט די תּלמידים יעדן טאָג ייִדיש.
די רעקאָרדירונג באַשטייט פֿון 31 לידער. זיי נעמען אַרײַן באַקאַנטע ייִדישע קינדערלידער; נײַע שאַפֿונגען פֿון לערערינס אין דער שול, און איבערזעצונגען פֿון ענגלישע און הערברעיִשע קינדערלידער. ס׳רובֿ פֿון די לידער ווערן געזונגען פֿון דער קולטור־טוערין און פֿײַנער זינגערין פֿריידי מראָצקי אָבער עס טרעטן אויך אויף איצטיקע און אַמאָליקע תּלמידים, ווי די 22־יאָריקע יוני רינגלבלום, וואָס זינגט דאָס באַקאַנטע אַרבעטליד, „מיטן זעגעלע“.
בײַ געוויסע קינדערלידער האָט די שול אַ ביסל דערהײַנטיקט די ווערטער. אין „מיטן זעגעלע“ טאַקע האָט מען געביטן די לעצטע שורה — „אַרבעט מאַכט דאָס לעבן זיס“ (אַ פֿראַזע וואָס האָט מיר תּמיד אויסגעזען איבערגעטריבן און אַפֿילו פּראָפּאַגאַנדיסטיש) — מיט אַ מער שׂכלדיקער שורה: „קינדערלעך אַרבעטן אַזוי זיס.“
דער אַלבום נעמט אויך פֿאַרוואַנדלט „זונטיק בולבעס“ — דאָס פֿאָלקסליד וועגן אַן אָרעמאַן וואָס עסט אַ גאַנצע וואָך קאַרטאָפֿל — אויף אַ שבת־ליד: „זונטיק — אַרבעט, מאָנטיק — אַרבעט, דינסטיק און מיטוואָך — אַרבעט… שבת איז די צײַט צו זײַן מיט משפּחה; זונטיק — ווײַטער אַרבעט.“
„דאָס ליד ׳זונטיק אַרבעט׳ איז געשאַפֿן געוואָרן אַלס אַ ליד צו זינגען בײַ דער וואָכיקער שבת־שׂימחה אין קינדערגאָרטן,“ האָט מראָצקי דערקלערט. „קודם־כּל איז עס אַ געלעגנהייט איבערצוחזרן די טעג פֿון דער וואָך, און צווייטנס, אונטערצושטרײַכן דורך געזאַנג דעם ענין אַז מע אַרבעט אַ גאַנצע וואָך, נאָר שבת איז אַ טאָג פֿון רו און אַ צײַט ווען מע פֿאַרברענגט מיט משפּחה.“
די רעקאָררידונג, פּראָדוצירט דורכן מוזיקער גדעון פּרײַס, און פֿרײדי מראָצקי, איז געשטיצע געוואָרן פֿונעם קרישטאַל פֿאָנד.
כּדי צו באַשטעלן דעם אַלבום, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
Facts Only
* The recording was done by Melbourne’s Yiddish day school, "Shalom Ulechim Shul."
* The recording was distributed via the digital music platform "Spotify."
* The album title is "Ondzer Kindergarten Schyn."
* The recording consists of 31 songs.
* Songs included popular Yiddish children's songs, new compositions from the school curriculum, and translations of English and Hebrew children's songs.
* Students included regular pupils and vacation students, such as Yoni Ringelblum.
* A song about work and Sabbath was included: "Zuntik — Arbet, Mantik — Arbet, Dinstik un Mitvach — Arbet… Shabbat iz d'tsayt tsu zayn mit mishpacha; Zuntik — veytter arbet."
* The project was supported by the Kristal Fund.
Executive Summary
Full Take
Sentinel — Human
The text reads as human-authored journalism that skillfully blends cultural reporting with personal narrative and editorial commentary, exhibiting strong contextual depth.
