טשיקאַוועסן: ייִדיש־אַקטיוויסטקע אין שוועדן באַקומט קיניגלעכן מעדאַלTidbits: Yiddish activist in Sweden receives royal medal
שוין צענדליקער יאָרן וואָס סוסאַנע שנײַדערמאַן־ריץ קעמפֿט לטובֿת דעם אָפּהיטן די ייִדישע שפּראַך און קולטור אין שוועדן.
Tidbits is a Forverts feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both! If you read the article and don’t know a word, just click on it and the translation appears. Listen to the report here:
סוסאַנע שנײַדערמאַן־ריץ, די אָנגעזעענע ייִדיש־אַקטיוויסטקע אין שוועדן און די פּרעזידענטקע פֿונעם שוועדישן צווײַג פֿון דער אַלוועלטלעכער ציוניסטישער פֿרויען־אָרגאַניזאַציע „וויזאָ“ — וועט באַקומען איינע פֿון שוועדנס העכסטע קיניגלעכע אויסצייכענונגען, „דעם קעניגס מעדאַל“, דעם 9טן סעפּטעמבער, אינעם קיניגלעכן פּאַלאַץ אין שטאָקהאָלם.
לויט דער אָפֿיציעלער באַשרײַבונג ווערט שנײַדערמאַן־ריץ אָנערקענט פֿאַר איר „ממשותדיקן בײַשטײַער צו דער מינאָריטעט־שפּראַך, ייִדיש.“ שוין צענדליקער יאָרן וואָס שנײַדערמאַן־ריץ קעמפֿט לטובֿת דעם אָפּהיטן די ייִדישע קולטור אין שוועדן.
שנײַדערמאַן־ריץ איז געווען איינע פֿון די פֿירערס בײַם פֿאַרזיכערן אַן אָפֿיציעלע אָנערקענונג פֿון ייִדיש ווי איינע פֿון שוועדנס נאַציאָנאַלע מינאָריטעט־שפּראַכן. צום סוף האָט די קאַמפּאַניע מצליח געווען. ייִדיש האָט באַקומען אַ לעגאַלן סטאַטוס און דערבײַ דערמעגלעכט אַז די רעגירונג זאָל העלפֿן פֿינאַנצירן דאָס אויפֿהאַלטן און אַנטוויקלען די ייִדישע שפּראַך און קולטור.
די אָנערקענונג ווערט באַטראַכט פֿאַר אַ ווענדפּונקט פֿאַר דער ייִדישער קהילה אין שוועדן, בפֿרט איצט ווען די זאָרג וועגן אַנטיסעמיטיזם וואַקסט פֿון טאָג צו טאָג בײַ ייִדן איבער גאַנץ אייראָפּע.
ייִדיש־אַקטיוויסטן זאָגן, אַז די אָפֿיציעלע שטיצע פֿאַר דער שפּראַך העלפֿט אָפּהיטן אַ וויכטיקן טייל פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה און פֿאַרשטאַרקט דעם אָנדענק פֿון ייִדישן לעבן אין שוועדן במשך פֿון דער געשיכטע.
צו זען דעם אַרטיקל אויף ענגליש גיט אַ קוועטש דאָ.
To see this article in English, click here.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
Sentinel — Human
This text exhibits characteristics of specialized human journalistic content, blending factual reporting with opinion, making it unlikely to be purely synthetic.
