טאָגבוך פֿון אַ ייִדישן געטאָ־פּליט, געשריבן אין אַ חזיר־שטאַלDiary of a Jewish ghetto refugee, written in a pigsty
די העלדן פֿון בערל כּהנס „אַ ייִד אין װאַלד“ זײַנען ליטװישע פּױערים, װאָס האָבן אײַנגעשטעלט דאָס לעבן פֿאַר ייִדן.
אין דער װעלט פֿון ייִדיש איז בערל כּהנס נאָמען גוט באַקאַנט צוליב זײַנע היסטאָרישע און ביבליאָגראַפֿישע שטודיעס, צװישן זײ — דער צוגאָב־באַנד צו דעם „לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור“ און „ייִדישע שטעט, שטעטלעך און דאָרפֿישע ייִשובים אין ליטע ביז 1918“.
אָבער זײַן ערשט בוך איז געװען דער חורבן־טאָגבוך „אַ ייִד אין װאַלד“, װאָס איז אַרױס אין ניו־יאָרק אין 1955. איצט, העכער װי 70 יאָר נאָך דער פּובליקאַציע פֿון דעם ייִדישן טאָגבוך איז עס סוף־כּל־סוף אַרױס אױף ענגליש.
דאָ דערצײלט כּהן װעגן צען חדשים אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿון ליטע צװישן אָקטאָבער 1943 און אױגוסט 1944. די דאָזיקע צײַט האָט ער, אין אײנעם מיט זיבן אַנדערע פּליטים פֿונעם קאָװנער געטאָ, פֿאַרבראַכט אין אַ באַהעלטעניש טיף אין ליטװישע װעלדער.
איצט, העכער װי 70 יאָר נאָך דער פּובליקאַציע פֿון דעם ייִדישן טאָגבוך, איז עס סוף־כּל־סוף אַרױס אױף ענגליש מיטן טיטל, „אַ ייִד אין וואַלד: זײַטלעך פֿון אַ טאָגבוך“.
פֿאַר דער מלחמה איז כּהן געװען אַן אַקטיװער לינקער ציוניסט און האָט געשריבן פֿאַר קאָװנער ייִדישע צײַטונגען. װען די דײַטשן האָבן פֿאַרכאַפּט די שטאָט, האָט ער זיך געפֿונען אינעם געטאָ אין דער ייִדישער פֿאָרשטאָט סלאַבאָדקע.
„אין דער צװײטער העלפֿט פֿון 1943 זײַנען די אילוזיעס פֿון די פֿאַרשפּאָרטע ייִדן אין סלאַבאָדקער געטאָ אַריבערצולעבן היטלערן געװאָרן אַלץ שװאַכער.“ אַזױ הײבט כּהן אָן די דערצײלונג װעגן זײַן ראַטעװען זיך פֿונעם חורבן.
כּהן, זײַן פֿרױ ראַיע און איר שװעסטער נחמה זײַנען אַנטלאָפֿן פֿונעם געטאָ מיט דער הילף פֿון אַ ליטװישן פּױער טאַדעוש. ער האָט זײ פֿאַרבאַהאַלטן אינעם חזיר־שטאַל בײַ זײַן שטוב אין אַ װײַטן דערפֿל אין מיטן װאַלד.
אין זײַנע נאָטיצן האָט כּהן פֿאַרפֿיקסירט פּרטים פֿון זײער טאָג־טעגלעכן לעבן מיט אַלע דאגות, אַנגסטן און האָפֿענונגען. ער האָט אױך געפּרוּװט צו באַזיניקן דאָס, װאָס עס קומט פֿאָר מיט זײ און מיט אַנדערע ייִדן, כאָטש קײן פֿאַרלאָזלעכע ידיעות פֿון דער ברײטערער װעלט האָט ער ניט געקענט קריגן.
פֿאַרװאָס האָט אַן עלטערער ליטװינער באַשלאָסן צו ראַטעװען ייִדן? טאַדעוש האָט דערקלערט: „איך טו עס ניט דערפֿאַר, װאָס איך װיל פֿאַרדינען געלט. איך בין שױן אַלט – און דאָס געלט אין דער ערד װעל איך סײַ װי ניט מיטנעמען. איך װיל אָבער, אַז ס׳זאָל ניט פֿאַרגאָסן װערן נאָך אומשולדיק בלוט. װאָלט איך געקענט װאָלט איך געראַטעװעט נאָך ייִדן, קען איך עס ניט, װעל איך באַשיצן די, װעמען איך האָב יאָ געראַטעװעט.“
אינעם טאָגבוך ווײַזט כּהן אַרויס אַ סך דרך־ארץ פֿאַר טאַדעוש און זײַן פֿרױ באַרבאַראַ, װאָס שטעלן אײַן זײער לעבן פֿאַר פֿרעמדע מענטשן. ער פֿרעגט זיך: „װיפֿל ייִדן װאָלטן געווען פֿעיִק אַזױנס צו טאָן?“
יעדע מינוט קען װערן די לעצטע פֿאַר די ייִדישע פּליטים אינעם שטאַל. אָבער כּהן איז געװױר אױך פֿונעם שװערן מצבֿ פֿון די ליטװינער: „פֿון דײַטשן װילן זײ פּטור װערן, אָבער דעם רוס װילן זײ אױך ניט האָבן.“
די גרעסטע סכּנה פֿאַר ייִדישע פּליטים קומט טאַקע ניט פֿון די דײַטשן, װאָס באַװײַזן זיך זעלטן אין יענע טיף־באַגראָבענע מקומות, נאָר פֿון די שכנישע פּױערים און פֿון די ליטװישע פּאַרטיזאַנער, װאָס הרגענען ייִדן.
אָבער די מיאוסטע פּאַרשױנען אינעם בוך זײַנען ניט קײן דײַטשן און ניט קײן ליטװינער, נאָר צװײ מיטגלידער פֿון זײער גרופּע — דער „אַמאָליקער פּריץ“ און זײַן פֿרױ. פֿאַר דער מלחמה האָט דער דאָזיקער ייִד געפֿירט געשעפֿטן אין דער געגנט און איצט האַלט ער, אַז די אָרטיקע פּױערים זײַנען אים מחויבֿ צו העלפֿן.
זײַן אַני־מאמין איז געװען „כּל־זמן מע לעבט, דאַרף מען מאַכן געשעפֿטן.“ און ער האָט טאַקע געװאָלט באַקומען רװח אַפֿילו פֿון די פּליטים אינעם אײגענעם שטאַל.
אָבער װאָרעם זײ האָבן ניט געהאַט מיט װאָס צו באַצאָלן, האָט זיך דער פּריץ ניט געטײלט מיט זײ מיטן עסן, װאָס ער האָט געקױפֿט בײַ די פּױערים: „די אַמאָליקע ייִדישע פּריצים עסן פֿאַר אונזערע אױגן פֿלײש און אַלדאָס גוטס – און מיר זיצן און חלומען װעגן אַ שטיקל טרוקן ברױט“, פֿאַרשרײַבט כּהן אינעם טאָגבוך.
אַפֿילו אין יענע ביטערע באַדינגונגען האָט כּהן אָפּגעהיט אַן אײגנאַרטיקן חוש פֿון הומאָר. דאָס קומט פֿאָר למשל אין זײַנע שילדערונגען פֿון די באַציִונגען צװישן ייִדן און דעם חזיר: „אונדזער אײנציקער ׳ניט־ייִדישער׳ שכן אין שײַער איז – דער חזיריוק. אַזױ װי מע קען דאָך ניט פֿיר און צװאַנציק שעה אין מעת־לעת טראַכטן װעגן טױט – קוקט מען גאָר אָפֿט אױפֿן קלײנעם חזיר. די עקלדיקסטע באַשעפֿעניש פֿאַר אַ ייִד […] װאַקסט ברוך־השם פֿון טאָג [צו טאָג].“
מאַקס ראָזענפֿעלדס ענגלישע איבערזעצונג פֿונעם טאָגבוך איז גאַנץ פּינקטלעך און פֿליסיק, אָבער זי גיט ניט איבער דעם אײגנאַרטיקן טעם פֿון כּהנס פּראָזע.
אָט איז אַ משל: אײן טאָג אַנטלױפֿט דער חזיר פֿונעם שטאַל און ייִדן מוזן זיך יאָגן נאָך אים כּדי צו ברענגען אים צוריק. כּהן באַשרײַבט דאָס בזה הלשון: „מיר פֿירן דעם דבֿר־אחר צו זײַן מקום־מקלט“. אָבער אױף ענגליש קלינגט דאָס פּשוט: „we are taking him back to the barn“. דאָ איז ניטאָ קײן שפּור פֿון כּהנס איראָניע, װאָס שטאַמט פֿון זײַן שפּיל מיט לשון־קדוש.
דער חורבן־היסטאָריקער יצחק ארד האָט אָפּגעשאַצט, אַז בערך 25,000 ייִדן זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון די געטאָס אין װעלדער בעתן חורבן. אַרום 15,000 פֿון זײ האָבן זיך צוגעשטאַנען צו די סאָװעטישע פּאַרטיזאַנער, בעת 10,000 האָבן געפּרוּװט איבערלעבן אין קלײנע גרופּקעס, אָפֿט מאָל מיט דער הילף פֿון ניט־ייִדישע פּױערים.
די גענױע צאָל פֿון די, װאָס האָבן זיך געראַטעװעט אונטער אַזעלכע ביטערע און געפֿערלרכע באַדינגונגען, װעט מען קײן מאָל ניט װיסן, זאָגט ארד. װאָס איז יאָ זיכער, איז אַז זײער צאָל איז געװען אַ סך קלענער אײדער די צאָל פֿון די, װעמען עס האָט זיך אײַגעגעבן צו אַנטלױפֿן פֿון די געטאָס.
כּהנס טאָגבוך איז ניט נאָר אַ ביז גאָר װיכטיקער היסטאָרישער מקור װעגן דער דאָזיקער דערפֿאַרונג, אָבער אױך אַ מערקװירדיקער מענטשלעכער דאָקומענט און אַ פֿאַרכאַפּנדיקע לעקטור דערצו.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
Facts Only
* The book is titled "A Jew in the Wilderness" and was written in a Jewish ghetto refugee's diary.
* The author is Berlin Cohen, a Lithuanian Jew.
* The diaries were written during the period between October 1943 and August 1944 under the German occupation of the Reich.
* Cohen spent time in the Slobodka ghetto in the Soviet Union.
* After the war, Cohen, his wife Rachel, and sister Nechma were evacuated with the help of a Lithuanian official.
* Cohen lived in a barn in a remote wilderness area.
* The author was an active left-Zionist and wrote for Jewish newspapers.
* One statement noted that those who survived the war did not want to be held responsible for the fate of others, citing concerns about payment for survival.
* Cohen recorded feelings of anxiety, fear, and hope during his time.
Executive Summary
Full Take
Sentinel — Human
The text reads as a highly reflective, deeply personal piece built around historical documentation, strongly suggesting human authorship focused on synthesizing experience and moral philosophy.
