איבערזעץ־עקספּערימענטן אויף דער הײַנטיקער ייִדישער בינע Experimenting with translation on today’s Yiddish stage
די „לאָנדאָנער ייִדיש־שפּילערס“ פּרוּוון אױס פֿאַרשיידענע מעטאָדן צוצוהעלפֿן די צוקוקער וואָס קענען נישט קיין ייִדיש.
„פֿרײַנד און פֿײַנט, ברוכים הבאים! זײַט באַגריסט צו דער װעלט־באַרימטער װעלט־מײַסטערשאַפֿט פֿון ייִדישע קללות!“
אַזוי רעוועט אויף דער בינע אַן אָנזאָגערין (געשפּילט פֿון װיװי לאַקס) אױף ייִדיש, אײדער אַ צווייטער אָנזאָגער (פּאָל קענדלער) זעצט איבער דעם זאַץ אױף ענגליש, אָנהייבנדיק מיט דער פֿראַזע !Friends and foes.
שטייענדיק אין אַ מיזרח־לאָנדאָנער טעאַטער האָט קענדלער מיט אַ געדאַכטן שופֿר פֿאַרבעטן די צװײ קאָמאַנדעס פֿון „קללה־קעמפֿערס“ אויפֿצוטרעטן. די זיבן „שדים פֿון חילול־הכּבֿוד“, אױף בינע־לינקס, האָבן בײז געקוקט אױף די פֿינף קעמפֿערס פֿון „גולם פֿונעם עולם“, אױף בינע־רעכטס. די ריכטערין — אַן איבערגעבױגענע, 3,000-יאָר־אַלטע „דבֿורה פֿון דער תּורה“ — איז געזעסן אױפֿן שופֿט־בענקל. צװײ ספּאָרט־קאָמענטאַטאָרן אױף דער הינטערבינע האָבן אַנאַליזירנט דעם גאַנצן פֿאַרמעסט.
די קעמפֿערס האָבן גענומען שעלטן זײערע קעגנערס, קודם־כּל מיט מילדע זידלװערטער און שפּעטער מיט שװערע װייטיקן, קרענק און טױטקאָמישן שלימזל׃ „זאָל די לעבער דיר שטיקלעכװײַז אַרױספֿליִען דורך דער נאָז“!
אױף יעדער קללה האָבן די קעמפֿערס רעאַגירט אויף אַן איבערגעטריבענעם אופֿן, אַזױ װי מע וואָלט זיי געשלאָגן מיט אַ גװאַלדיקן זעץ. פֿאַר ווייטיק האָבן די אַקטיאָרן זיך געהאַלטן בײַ די זײַטן, אומגעפֿאַלן — ווידער אויפֿגעשטאַנען און דערלאַנגט צוריק. בשעת־מעשׂה האָבן די קאָמענטאַטאָרן איבערגעזעצט אַלע קללות אױף ענגליש — אָבער אױך אַרײַנגעװאָרפֿן אײגענע װיציקע באַמערקונגען. „ממש אַ פּאַטש אינעם דורכגאָס פֿון האָרמוז!“ האָט איינער אויסגערופֿן.
אַזוי ווי עס טרעפֿט אָפֿט הײַנט בײַ ייִדישע פֿאָרשטעלונגען וווּ ס׳רובֿ צוקוקער קענען נישט קיין ייִדיש, האָט מען נאָך יעדן וויץ געהערט צװײ כװאַליעס געלעכטער: אײן רעאַקציע אױף דער ייִדישער קללה גופֿא און אַ צװײטע — אַ העכערע רעאַקציע אױף דער איבערזעצונג.
שפּראַך־עקספּערימענטן אױף דער בינע
דער קללה־פֿאַרמעסט איז געװען בלױז אײנער פֿון פֿערצן קורצע אַקטן אין דער ערשטער אָװנט־פּראָגראַם פֿון די „לאָנדאָנער ייִדיש־שפּילערס“ אין יוני. די נײַע טרופּע איז אָנגעפֿירט דורך פֿינף באַקאַנטע טוערס אין דער אָרטיקער ייִדיש־סבֿיבֿה׃ סאָניאַ גאַלענץ, װיװי לאַקס, תּמרה מיצנער, שמואל־לײבל אָגין און דוד שנײַדער (נישט קײן קרובֿ מײַנער).
כּמעט יעדע סצענע האָט אײַנגעגלידערט די ענגלישע שפּראַך אױף אַן אוניקאַלן אופֿן.
פֿאַר די צװײ קאָמעדיע־פּיעסקעלעך פֿון שלום־עליכמען און די װײניק באַקאַנטע מעלאָדראַמע פֿון ש. אַן־סקין האָט מען פּראָיעקטירט ענגלישע איבערקעפּלעך הינטער דער בינע. אין רובֿ פֿאַלן, אָבער, האָבן די שפּילערס גערעדט אָדער געזונגען אַ געמיש. אין אַן אױסצוג פֿון „דער דיבוק“, למשל, האָבן געװיסע אַקטיאָרן איבערגעזעצט וואָס אַנדערע אױף דער בינע האָבן געזאָגט. אין אַ סצענע פֿון שנײַדערס אָריגינעלער דראַמע, „לאָזן סטאַלינען לאַכן“, רעדן די ייִדישע פּאַרשױנים ייִדיש, בעת די קאָמוניסטישע פֿונקציאָנאַרן רעדן ענגליש.
אין אײן סצענע האָט מען בכלל נישט צוגעשטעלט קײן איבערזעצונגען׃ אַ נײַע ייִדיש־אַדאַפּטאַציע פֿונעם קאַנאַדער קינדערביכל „מױרעס געבורטסטאָג“ פֿון ראָבערט מונש. תּמרה מיצנער האָט נישט נאָר פֿאַרטײַטשט, פֿאַרבעסערט, דראַמאַטיזירט און רעזשיסירט די מעשׂה, נאָר אױך געשפּילט די הויפּטראָלע.
די סופֿליאָרשע תּמרה גליסאָן־פֿרידבערג האָט אַרײַנגעפֿירט די סצענע מיט אַ קורצער ענגלישער הקדמה און איז פּלוצלינג נעלם געװאָרן, צוזאַמען מיט דער ענגלישער שפּראַך.
דער סיפּור־המעשׂה פֿון „מױרעס געבורטסטאָג“ איז אַ פּשוטער. מױרע פֿאַרבעט אַלע קינדער פֿון איר גאַנצער עלעמענטאַר־שול אױף אַ שׂימחה בײַ זיך אין דער הײם. אַזאַ סך הונגעריקע קינדערלעך! װאָס טוט מען — און װאָס עסט מען?
אויף דער בינע האָט מען געשפּילט די קאָמעדיע זײער „פֿיזיש“. במשך פֿון דער סצענע האָט מיצנער איבערגעחזרט אַלע קלאַסן וואָס זי האָט פֿאַרבעטן אויף איר געבוירן־טאָג שׂימחה (קלאַס א׳, קלאַס ב׳…) און יעדעס מאָל האָט זי געניצט די זעלבע איבערגעטריבענע אָרעם־באַװעגונגען — אַ פֿיזישער פֿאָרם פֿון טעאַטער מחוץ ווערטער.
איך אַליין האָב קױם באַמערקט אַז עס פֿעלן די איבערזעצונגען. נאָר מײַן זיץ־שכנטע האָט דאָס יאָ באַמערקט. „װאָס איז געװאָרן פֿון די איבערקעפּלעך?“ האָט זי מיר געשעפּטשעט. „עפּעס אַ טעכנישער פֿעלער?“
ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז דאָס בפֿירוש נישט געווען קיין טעות.
דער עולם איז דאָך נישט קײן גולם
סאָפֿי אַבלעט, אַן אַקטריסע פֿון דער טרופּע, האָט דערצײלט אַז איר יאַפּאַנישער חבֿר אין עולם, נישט קײן ייִדיש־רעדער, האָט פֿאַרשטאַנען „מױרעס געבורטסטאָג“ אױף אַן אַנדער מדרגה מחוץ דער שפּראַך. הגם ער האָט נישט געכאַפּט דעם גאַנצן סוזשעט, האָט ער אָפּגעשאַצט די קינדערשע פּאַרשױנים, זײער באַשײַמפּערלעכע פֿרײד און דערקװיקונג.
אַבלעט האַלט אַז מע דאַרף מוטיקן דעם עולם „זיך מער אומצוקוקן“ אויף דער סצענע, װײַל אַנישט װעט מען בעיקר לײענען די אייבערקעפּלעך און „פֿאַרפֿעלן די װיזועלע דערפֿאַרונג“. די איבערזעצונגען, פֿון אַבי װאָסער פֿאָרמאַט, שטעלן מיט זיך פֿאָר קאָמפּראָמיסן. בקיצור׃ נישטאָ קײן אוניװערסאַלע לײזונג.
דער הױפּט־רעזשיסאָר דוד שנײַדער האָט מיר באַשריבן די גאַנצע פּראָגראַם — װאָס הײסט אױף ענגליש „Yiddish Theatre Reboot“ — װי אַ רײ עקספּערימענטן: „אָט איז דער בופֿעט [פֿון סטראַטעגיעס]. װאָס האָט גערירט דעם עולם? װי אַזױ האָט דאָס געװירקט אױף די אַרטיסטן די נישט ייִדיש־רעדנדיקע? װי אַזױ האָבן געאַרבעט די פֿאַרשײדענע עקספּערימענטן אַרײַנצונעמען ענגליש אינעם סצענאַר?“
צװײ־שפּראַכיקײט הינטער די קוליסן
דער אַנסאַמבל שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מין „װען־דיאַגראַם“: אײן קרײַז מענטשן געניטע אױף דער בינעקונסט און אַ צװײטער קרײַז מענטשן באַהאַװנטע מיט ייִדיש. אַ קלײנע צאָל ייִדיש־רעדנדיקע, פּראָפֿעסיאָנעלע אַקטיאָרן פֿאַרבינדט בײדע קרײַזן.
מע האָט אױך עקספּערימענטירט הינטער די קוליסן, בײַ די װאַרשטאַטן און רעפּעטיציעס, װוּ די 20 שפּילערס זענען זיך צונױפֿגעקומען. אַ טײל האָבן נישט תּיכּף געכאַפּט די בינע־אָנװײַזונגען ווי למשל: װעלכע זײַט איז „בינע־רעכטס“? — און אַנדערע האָבן זיך געבראָכן די צונג אױף די רעפּליקן.
דער אַקטיאָר בען װאַרדי האָט פֿאַרגליכן דעם ייִדיש־טעאַטער מיט זײַנע ייִדיש־לעקציעס: „קײן מאָל װעל איך נישט פֿאַרגעסן די װערטער װאָס איך האָב געזאָגט אױף דער בינע. זײ ׳קלעפּן זיך׳ דאָרט אַ סך פֿעסטער װי אין קלאַסצימער. איך האָב זײ צוגעבונדן צו עפּעס פֿרײדיקס, קינסטלערישס און שאַפֿערישס. דאָס פֿאַרזיגלט זײ אין מײַן מוח.“
די שפּילערס האָבן צוגעהאָלפֿן אײנער דעם צװײטן. בײַ די רעפּעטיציעס האָט מען געמאַכט אַ פּאַמעלעכן איבערגאַנג פֿון ענגליש אױף ייִדיש — און געפּרוּװט צו שפּילן דראַמאַטישער, ייִדישלעכער טאַקע, נישט „פֿון האַלדז אַרױף“ (ד״ה, בלױזן מיטן קאָפּ און מיטן קול), װי אין ענגלישן טעאַטער.
שנײַדער, 63, געדענקט נאָך דעם ייִדיש־טעאַטער פֿון אַ מאָל. זײַנע באָבע־זײדע זענען געװען ייִדיש־אַקטיאָרן און טעאַטער־מאַכערס. אין די 1980ער יאָרן האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן אַ דיסערטאַציע בײַם אָקספֿאָרד־אוניװערסיטעט לגבי ייִדיש־דראַמעס. אָבער אַנטשטאָט צו שרײַבן אַקאַדעמישע אַנאַליזן האָט ער צום סוף געשריבן אײגענע סצענאַרן און געשפּילט קאָמעדיע אין טעאַטער, טעלעװיזיע און קינאָ.
שנײַדער געפֿינט זיך אין סאַמע מיטן דיאַגראַם.
מגדל בבֿל׃ אַן אוראַלטע מעשׂה
מע דאַרף נישט מײנען, אַז די לאָנדאָנער ייִדיש־שפּילערס ראַנגלען זיך מיט שפּאָגל־נײַע פּראָבלעמען, אָדער אַז יעדער אײנער אין אַ ייִדישן טעאַטער האָט פֿריִער געקענט „דעם קיניגינס ייִדיש“.
לױטן רומענישן ייִדיש־רעזשיסאָר אַלעקסאַנדער האַוזפֿאַטער האָט דער ייִדישער טעאַטער זינט בראשית — 1876 אין רומעניע, מיט פּונקט 150 יאָרן צוריק — תּמיד געהאַט אַ לינגװיסטיש געמישטן עולם. טאַקע דערפֿאַר זענען די זינגלידער, דער ספּעקטאַקל און דאָס איבערגעזאַלצענע שפּילן אַזױ צענטראַל.
אינעם מלוכישן ייִדיש־טעאַטער פֿון בוקאַרעשט, װאָס האָט זייער אַ לאַנגן ייִחוס, שפּילט מען עד־היום אױף מאַמע־לשון מיט רומענישע איבערקעפּלעך — כאָטש נישט די אַקטיאָרן און נישט דער עולם קענען הײַנט האַלטן אַ שמועס אױף דער שפּראַך.
שױן אין די 1950ער יאָרן האָט דער בוקאַרעשטער טעאַטער פֿאַרמאָגט אַ הײַ־טעק־סיסטעם פֿאַר אױדיאָ־איבערזעצונגען. קינדװײַז פֿלעג האַוזפֿאַטער דאָרט אױסלײַען אַ הער־אַפּאַראַט אינעם פֿאָיע און אַרײַנשטעקן די שנור אין אַ שטעפּסל בײַ זײַן זיץ. דורך אײן אױער האָט ער זיך צוגעהערט צו די אַקטיאָרן אױף ייִדיש, און דורכן צװײטן — צום רומעניש־דאָלמעטשער, װאָס האָט אױף אַ באַלקאָן געשושקעט אין מיקראָפֿאָן אַרײַן.
האַוזפֿאַטערס טאַטע, זיצנדיק לעבן אים, האָט נישט געדאַרפֿט קײן איבערזעצונג. ס׳האָט נישט אויסגעמאַכט וואָס דער טאַטע האָט געלאַכט פֿון די וויצן אַ ביסל פֿריִער.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
Facts Only
* The London Yiddish Players experimented with translation on their stage.
* Two speakers were used: one speaking Yiddish and another translating to English.
* The experiment involved the play "Friends and foes."
* The two commands from "Kolle-Kampfer" were translated into English by a second speaker.
* Comments from the audience were also translated into English, sometimes inserted directly into the performance.
* The process involved observing the fight scenes of "Golem von dem Welt" alongside the reactions of the actors.
* Two sports commentators analyzed the entire process.
* A scene without any translation was included in one instance regarding "Moyres Geburtsdag."
* Tmemer improved and dramatized the events of "Moyres Geburtsdag" without direct translation.
* The director added a short English introduction to scenes, resulting in the performance being merged with the English language.
* The process involved translating some dialogue into English while maintaining the Yiddish content for other parts.
* The work resulted in different audience reactions to the original Yiddish and the English translation.
Executive Summary
The "London Yiddish Players" experimented with translation on a Yiddish stage by having one speaker translate to English while a second speaker observed, demonstrating a process of experimentation with translation on the Yiddish language. The experiment involved actors performing "Kolle-Kampfer" (Friends and foes) in Yiddish, followed by an English translation of the dialogue. In a segment, comments were also translated into English, which resulted in some commentary being inserted directly into the performance, such as one comment appearing as a direct quote within the translated text. The experiment highlighted that audiences reacted differently to the Yiddish performance itself versus the English translation, suggesting two distinct reactions to the linguistic overlay.
The process involved adapting various segments of a play, including scenes from "Moyres Geburtsdag" (Moyres Birthday), with varying degrees of direct translation or adaptation, such as Tmemer improving and dramatizing events without direct translation. The outcome suggests that the way content is mediated—through translation versus direct performance—significantly influences audience reception and the perceived reality of the narrative.
Full Take
This experiment reveals a fundamental tension between linguistic preservation and accessibility, particularly when dealing with diasporic theatrical traditions. The shift from direct performance to translation forces a confrontation with what is being preserved—the lived experience of the Yiddish narrative versus its mediated, translated form. The observation that audiences reacted differently to the language itself versus the translation points to an unavoidable split: the aesthetic reality experienced by the audience and the semantic reality imposed by the interpreter.
The example of the modern context where most Yiddish speakers cannot fully engage with the performance underscores a systemic challenge: how can cultural artifacts remain vibrant when the necessary linguistic bridge is unstable? The observation that external observers, like the Japanese scholar Abelaut, understood the underlying joy and expressions even without grasping the full lexicon suggests that meaning resides beyond the strict textual transfer; it exists in the affective resonance.
The implications for creative work are profound: adaptation, whether through direct translation or dramatization, introduces inevitable alterations. The debate moves from mere linguistic accuracy to epistemology—what constitutes the authentic representation of a cultural reality across linguistic divides? This forces an examination of who controls the narrative process and whose experience is prioritized when cultural content enters the public sphere.
Sentinel — Human
The text exhibits a complex, layered narrative style characteristic of human analysis, weaving specific cultural examples with broader philosophical reflections on language, performance, and representation.
