Skip to content
Chimera readability score 53 out of 100, Graduate reading level.

ייִדיש און ייִדיש־פֿאָרשונג אין אַמסטערדאַם — אַ לאַנגע געשיכטעYiddish study and research in Amsterdam — a long history
דאָס „ייִדיש־האָלענדישע װערטערבוך“, פֿון יוסטוס וואַן דער קאַמפּ, איז דאָס גרעסטע צוויי־שפּראַכיקע ייִדישע ווערטערבוך אויף דער וועלט.
אַמסטערדאַם און די ייִדישע שפּראַך האָבן אַ לאַנגע בשותּפֿותדיקע געשיכטע. ווייניק מענטשן ווייסן אַז ייִדיש־רעדערס לעבן אין האָלאַנד זײַט דעם 17טן יאָרהונדערט, און אַז זײַט דעם מיטן צװאַנציקסטן יאָרהונדערט װערט די שפּראַך געפֿאָרשט און, מיט איבעררײַסן, געלערנט, אינעם אַמסטערדאַמער אוניװערסיטעט.
לעצטנס האָט זיך געענדיקט די דרױסנדיקע סובװענץ, וואָס האָט געשטיצט די ייִדיש־פּראָגראַם אינעם אוניווערסיטעט און דעם קומענדיקן זמן װעט מען קײן ייִדיש־קורסן נישט לערנען. אַ נײַע דערװײַליקע לײזונג איז, דאַכט זיך נאָענט, נאָר די דאָצענטן און סטודענטן האָפֿן אַז די פֿאַקולטעט־פֿאַרװאַלטונג װעט װאָס פֿריִער גיבן די ייִדישע שפּראַך אַ פֿעסטן אָרט אין דער לערן־פּראָגראַם.
ס׳איז דאָ אַ סך צו דערציילן וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדיש אין אַמסטערדאַם. אינעם 17טן און 18טן יאָרהונדערט איז די שטאָט געװען דער װעלטצענטער פֿון דער ייִדישער דרוקאַרבעט. די סאַמע ערשטע ייִדישע צײַטונג, די „דינסטאַגישע און פֿרײַטאַגישע קוראַנטן“, האָט מען טאַקע געדרוקט אין אַמסטערדאַם אין 1686 און 1687.
אין משך פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, אונטער דער השפּעה פֿון דער דעמאָלט אײַנגעפֿירטער האָלענדישער שפּראַך־געזעץ־געבונג, איז דער דיאַלעקט מערבֿ־ייִדיש בהדרגהדיק פֿאַרשװוּנדן געװאָרן. לויטן געזעץ האָט מען קינדער געדאַרפֿט לערנען בלױז אױף האָלענדיש און די דרשות אין שיל האָט מען געמוזט האַלטן אױף האָלענדיש.
סוף 19טן יאָרהונדערט האָט זיך דער מצבֿ געביטן ווען ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח־אײראָפּע האָבן מיטגעבראַכט זייער מיזרח־ייִדישן דיאַלעקט. ביזן הײַנטיקן טאָג קען מען הערן די השפּעה פֿון האָלענדיש ייִדיש אױף דער אַמסטערדאַמער גאַס ווי, צום בײַשפּיל, אינעם באַקאַנטן צונאָמען פֿון דער שטאָט אַמסטערדאַם: „מקום“ (אָרט).
דער אַרבעטער־קולטור־פֿאַראײן „אַנסקי“, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1920, איז אַזש ביז אין די 1970ער יאָרן געװען אַ װיכטיקער קולטור־צענטער פֿאַר די ייִדיש־רעדערס אין האָלאַנד. דרײַ פֿערטל פֿון די ייִדן אין לאַנד האָבן נישט איבערגעלעבט דעם חורבן. פֿון דעסטוועגן איז אין האָלאַנד נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה אַלע מאָל געװען אַ קלײנער סכום ייִדיש־רעדערס. עד־היום לערנט מען אַ טייל פֿון די לעקציעס אין דער פֿרומער ייִדישער שול „חדר“ אױף ייִדיש.
דער אינטערעס צו דער שפּראַך האַלט אין איין װאַקסן. אַ צאָל װעלטלעכע ייִדיש־רעדערס, װאָס אַ גרױסער טײל פֿון זײ האָבן זיך געלערנט די שפּראַך ווי דערוואַקסענע, באַטײליקן זיך הײַנט אין ייִדיש־לײענקרײַזן אין פֿאַרשיידענע שטעט. במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר זענען אַ רײ קלאַסישע ייִדישע ליטעראַרישע װערק איבערגעזעצט געװאָרן אױף האָלענדיש. עס װערט אַרױסגעגעבן די ליטעראַרישע צײַטשריפֿט „די גאָלדענע פּאַװע“ (דער המשך פֿונעם אַמאָליקן זשורנאַל „גרינע מדינה“) און די שפּראַכקורסן אינעם אַמסטערדאַמער אוניװערסיטעט האָבן זיך די פֿאַרגאַנגענע פֿיר יאָר אַרױסגעװיזן פּאָפּולער ביז גאָר.
זײַט די 1960ער יאָרן האָט זיך אַמסטערדאַם אויך אַנטװיקלט ווי אַ לעבעדיקער און פּראָדוקטיװער פֿאָרשצענטער פֿון דער ייִדישער שפּראַך. טאָגטעגלעך אַרבעט מען איבערן סאַמע גרעסטן צוויישפּראַכיקן ייִדישן װערטערבוך — דעם אָנלײַן „ייִדיש־האָלענדישן װערטערבוך“, צונויפֿגעשטעלט פֿון יוסטוס וואַן דער קאַמפּ. אָנהייב מײַ זענען אַרײַנהאַקערס אָנגעפֿאַלן אויפֿן ווערק אָבער הײַנט איז עס שוין ווידער צוטריטלעך. װאַן דער קאַמפּ האָט געזאָגט, אַז קײן דאַטן זענען, צום גליק, נישט פֿאַרלױרן געגאַנגען.
במשך פֿון דער געשיכטע האָבן אַ רײ ייִדיש־רעדערס אין אַמסטערדאַם געזאַמלט אָרטיקע ייִדישע אױסדרוקן און וועלטסווערטלעך. אין מיטן 19טן יאָרהונדערט האָט יונה ל. פֿאָרזאַנגער צונויפֿגעקליבן חנעװדיקע װערטלעך פֿון די האלענדישע ייִדן און זײ געניצט אין אַ מעשׂה װעגן די איבערלעבונגען פֿון אַן אָרעמען גאַסן־מוזיקאַנט. אַ סך פֿון די שפּריכװערטער זענען שפּעטער אַריבער אױף האָלענדיש, לדוגמא „זײַן תּחת ברענט, מוז ער אױף די בלאָסטערס זיצן“ (װער עס טוט שלעכטס, מוז „טראָגן“ די קאָנסעקװענצן).
אין אַנדערע אױסדרוקן זענען ייִדיש און האָלענדיש צונױפֿגעמישט געװאָרן, ווי למשל אין דעם װערטל װאָס כאַראַקטעריזירט די באַציִונגען אין דער אַמסטערדאַמער ייִדישער קהילה: „װען קהל שפּילט דע באַס (בעל־הבית), שנעלט מער דער פּרנס פֿאָר דען נאַז.“ (װען קהל שאַפֿט זיך, שנעלט מען דעם פּרנס אין דער נאָז.)
אין אַ סך ייִדישע שטיבער קען מען געפֿינען האַרטאָג בײמס ביכער װעגן דעם האָלענדיש־ייִדישן װאָקאַבולאַר. ביים, אַ האָלענדישער לערער היסטאָריקער, האָט צונױפֿגעשטעלט אַ װערטערביכל פֿונעם האָלענדישן ייִדיש (Resten van een taal) און אַ זאַמלונג אױסדרוקן און שפּריכװערטער (Jerosche). די צװײ ביכער זענען געװען באַליבט בײַם ברײטן ייִדישן עולם.
זײַט 1964 זענען אַ צאָל געניטע ייִדיש־לערערס געווען אויפֿן פֿאַקולטעט פֿונעם אוניווערסיטעט: צו ערשט, לעאָ פֿוקס, און דערנאָך — רענאַ פֿוקס מאַנספֿעלד. אין 2005 האָט שלמה בערגער פֿאַרנומען די פּראָפֿעסור „ייִדישע שפּראַך און קולטור“ ביז ער איז ניפֿטר געװאָרן אין 2015.
אַ רײ דיסערטאַציעס װעגן ייִדיש זענען די פֿאַרגאַנגענע יאָרצענדליקער פֿאַרטײדיקט געװאָרן. הילדע פּאַך האָט געפֿאָרשט די ערשטע ייִדישע צײַטונג אין האָלאַנד, „די דינסטאַגישע און פֿרײַטאַגישע קוראַנטן“. באַרט װאַלעט האָט אַנאַליזירט די ייִדישע היסטאָריאָגראַפֿיע אין האָלאַנד; זײַדמאַן מאַוער האָט אָנגעשריבן אַ דאָקטאָר־אַרבעט װעגן פֿרי־מאָדערנער מעדיצינישער ליטעראַטור און אָקערשט האָט מאַריאַנע אָסטינג באַקומען אַ דאָקטאָראַט פֿאַר איר שטודיע װעגן דעם ניסתּרס ראָמאַן „די משפּחה מאַשבער“.
אין אַן אַרטיקל אינעם „פֿאָרװערטס“ דעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ האָט פֿיליפּ שוואַרץ געשריבן אַז די אַמסטערדאַמער פֿאָרשערס פֿון ייִדיש און ייִדישע לימודים האָבן זיך ביז אַהער אײַנגעשפּאַרט „אין העלפֿאַנדבײן־טורעמס“. איך בין נישט מסכּים. אַדרבא, עס זענען כּסדר געװען און אַנטשטאַנען נײַע פֿאַרבינדונגען צװישן ייִדיש־רעדערס און דער ייִדיש־פֿאָרשונג און צװישן דער ייִדישער קולטור־ירושה און דער לעבעדיקער שפּראַך.
פֿון 2023 ביז 2025 האָבן די אַמסטערדאַמער ייִדיש־סטודענטן אין אײנעם מיט זײַדמאַן מאַוער צוגעגרייט און אויפֿגעפֿירט פּורים־שפּילן אױף ייִדיש: קודם־כּל אין אַ קלאַסצימער אין אוניװערסיטעט, און אין 2025 — אין טעאַטער. זײ האָבן באַװיזן צוצוציִען צוקוקערס פֿון האָלאַנד, דײַטשלאַנד און ישׂראל. אינעם פּראָיעקט „די ייִדישע שטאָט“ האָבן פֿאָרשערס און אײַנװױנערס פֿון אַמסטערדאַם צוזאַמענגעאַרבעט, פּובליקירט פּאָדקאַסטן און מיט עפֿנלטעכן סוכּה־פּראָיעקט אין 2023 און 2024 ממש צוריק אַרײַנגעשטעלט די ייִדישע געשיכטע אין שטאָט.
אַ סך סטודענטן און לערער זענען שטאַרק אַנטוישט וואָס מע האָט אָפּגעשאַפֿן די ייִדיש־קורסן און זײַדמאַן מאַוער וועט אָנהייבנדיק אין סעפּטעמבער לערנען אינעם בר־אילן אוניװערסיטעט אין ישׂראל.
„די ייִדישע שפּראַך איז אַן אינטעגראַלער טײל פֿון די ייִדישע לימודים אינעם אַמסטערדאַמער אוניװערסיטעט,“ האָט געזאָגט באַרט װאַלעט, אַ פּראָפֿעסאָר דאָרט פֿון ייִדישע לימודים. „כּדי אױפֿצוזיגלען די רײַכע אַמסטערדאַמער ייִדישע קאָלעקציעס קען מען זיך נישט באַגײן אָן אַ קענשאַפֿט פֿון דער ייִדישער שפּראַך.“
אירענע זװיפּ, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון העברעיִש און אַראַמיש, האָט צוגעגעבן אַז זי און אַנדערע האָבן גוטע האָפֿענונגען אױף פֿינאַנציעלן שטיץ דורך ברײטהאַרציקע יחידים.
„די געשיכטע פֿון ייִדיש אין אַמסטערדאַם האָט זיך נאָך לאַנג נישט געענדיקט,“ האָט וואַלעט געזאָגט.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO