ווידעאָ: ליטעראַטור-פֿאָרשער נתן כּהן רעדט וועגן דער שונד־ליטעראַטורVIDEO: Literature scholar Nathan Cohen speaks about ‘shund’ literature
אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט איז אין דער וואַרשעווער ייִדישער פּרעסע געווען אַ גרויסע קאָנקורענץ צו דרוקן פּאָפּולערע ראָמאַנען אין המשכים.
נתן כּהן, דער אָנגעזעענער פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור בײַם בר־אילן אוניווערסיטעט, האָט לעצטנס געהאַלטן אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש אין מינכן, דײַטשלאַנד, וועגן דער ייִדישער מאַסן־ליטעראַטור (דער עיקר, שונד־ליטעראַטור) צווישן 1860 און 1914.
דער נאָמען פֿונעם רעפֿעראַט, „ביכער פֿאַר אַלע“, איז געווען אַ רמז אויפֿן פֿאַרלאַג פֿונעם זעלבן נאָמען, וואָס זײַן שליחות איז געווען צו מאַכן די וועלטלעכע ייִדישע ליטעראַטור מער צוטריטלעך און וואָלוועלער פֿאַר די אָרעמע ייִדישע מאַסן.
די לעקציע, וואָס כּהן האָט געהאַלטן דעם 17טן יוני אינעם לודוויג־מאַקסימיליאַנס־אוניווערסיטעט, איז געווען טייל פֿון אַ יערלעכער טראַדיציע אין מינכן, אײַנגעפֿירט אין 2011 — דעם שלום־עליכם־רעפֿעראַט אין אָנדענק פֿון עוויטאַ וויעצקי, ז״ל. אַרום זיבעציק מענטשן זענען געקומען הערן דעם רעפֿעראַט, און נאָך אַ פֿופֿציק האָבן זיך צוגעהערט דורך דער אינטערנעץ. די אונטערנעמונג איז געשטיצט געוואָרן דורכן קולטור־צענטער פֿון דער מינכנער קהילה און דורך דער קושנער־פֿונדאַציע.
מיט אַ טאָג פֿריִער האָט כּהן געגעבן אַן אַרײַנפֿיר צו דער טעמע פֿאַר אַ גרופּע אָרטיקע ייִדיש־סטודענטן. ווי מע האָט געהערט פֿון די אָפּרופֿן נאָכן קלאַס, האָט נישט נאָר דער תּוכן, נאָר אויך כּהנס אופֿן רעדן גופֿא פֿאַרכאַפּט די תּלמידים. בײַ עטלעכע סטודענטן איז דאָס געווען צום ערשטן מאָל וואָס זיי הערן אַ גאַנצענע לעקציע אויף ייִדיש, און דערצו נאָך — פֿון אַן אומבאַקאַנטן לערער.
אינעם רעפֿעראַט גופֿא דעם צווייטן טאָג האָט כּהן אָנגעהויבן מיט אַ היסטאָרישן אַרײַנפֿיר, דערקלערנדיק ווי אַזוי און ווען עס האָט זיך אָנגעהויבן פֿאַרשפּרייטן די ייִדיש־וועלטלעכע ליטעראַטור און וואָסער ראָלע האָט אין דעם געשפּילט די ייִדישע פּרעסע, אָנהייבנדיק מיטן אַמאָליקן ייִדישן וואָכנבלאַט „קול מבֿשׂר“.
אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט האָבן זיך די ייִדישע צײַטונגען גענומען פֿאַרשפּרייטן אַלץ מער און מער. אין וואַרשע אין 1906 האָט מען אַרויסגעגעבן אַ סך מער ייִדיש־שפּראַכיקע צײַטשריפֿטן ווי העברעיִשע אָדער פּויליש־ייִדישע. האָבן די ייִדישע צײַטונגען געמוזט אויסהאַלטן אַ שטאַרקע קאָנקורענץ, און איין מיטל אין קאַמף איז געווען צו דרוקן די ראָמאַנען אין המשכים (אָדער, ווי מע פֿלעגט עס רופֿן אויפֿן דײַטשמערישן שטייגער — „אין פֿאָרזעצונגען“). אַ בולטער בײַשפּיל פֿון אַזאַ „ראָמאַנען“־קאָנקורענץ געפֿינט מען אין די צוויי וואַרשעווער טאָגצײַטונגען, „הײַנט“ און „מאָמענט“.
די לעקציע האָט כּהן אילוסטרירט מיט אָן אַ שיעור בילדער, ניט נאָר פֿון די צײַטונגען, נאָר דער עיקר אויך פֿון די שיינע שער־בלעטלעך פֿון די אַרומגערעדטע ראָמאַנען; צווישן זיי — ניט ווייניק ווערק פֿון די ייִדישע „שונד“־מחברים אײַזיק־מאיר דיק און שמר. אָט נעמט למשל אַזאַ טיטל: „די בלינדע יתומה, אָדער צווישן טיגערן“ פֿון שמרן, געדרוקט אין 1892.
גרויס הנאה האָט דער עולם געהאַט קוקנדיק אויף ייִדישע באַאַרבעטונגען פֿון אַזעלכע באַקאַנטע ווערק ווי „שערלאָק האָלמס“, „ראָבינזאָן קרוזאָ“ און „מאַקס און מאָריץ“ — אַן אילוסטרירטע דײַטש־שפּראַכיקע דערציילונג פֿון 1865. כּהן האָט זיך באַזונדער אָפּגעשטעלט אויף די דעמאָלטיקע נאָרמעס פֿון איבערזעצן, אויף דער נטיה צו פֿאַרייִדישן פֿרעמדשפּראַכיקע ווערק: אָט הייסט למשל ראָבינזאַן קרוזאָס געפֿונענער חבֿר ניט „פֿרײַטיק“ ווי אין אַנדערע לשונות, נאָר דווקא „שבת“.
מיט פֿילצאָליקע קאָמישע בײַשפּילן האָט כּהן געפֿירט דעם עולם דורך דער געשיכטע פֿון ייִדישער ליטעראַטור, און בולט אָנגעוויזן ווי אַזוי זי האָט אַלע מאָל געזוכט אַ מיטל־ליניע צווישן די אַמביציעס און פֿאָדערונגען פֿון דער הויכער ליטעראַטור מיטן געוואַלדיקן נאָכפֿרעג בײַ די מאַסן נאָך אַ מער „צוטריטלעכער“ ליטעראַטור.
כּהן האָט אַזוי שיין און דראַמאַטיש באַשריבן די שונדראָמאַנען מיט זייערע סענסאַציאָנעלע קעפּלעך, אַז דער עולם איז שוין, דאַכט זיך, גרייט געווען צו קויפֿן און צו לייענען די ביכער. אַ שאָד וואָס קיין מוכר־ספֿרים איז דאָרטן ניט געווען!
דערצו האָבן אַ סך צוהערערס זיך געפֿרייט אַז זיי קענען הערן אַ לאַנגע לעקציע אויף ייִדיש. עטלעכע האָבן זיך אַפֿילו נאָכגעפֿרעגט וועגן ייִדיש־קורסן — וואָס דאָס איז אפֿשר די שענסטע פּעולה פֿון כּהנס רעפֿעראַט.
כאָטש מע האָט אין אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט אָפֿט געהאַלטן ייִדיש פֿאַר אַ „זשאַרגאָן“ קען מען זאָגן אַז טיילווײַז „זשאַרגאָניזירט“ מען ייִדיש ביז הײַנט צו טאָג, ווײַל ס’רובֿ פֿונעם עולם אַסאָציִיִרט ייִדיש ראשית־כּל מיט מוזיק (און געוויינטלעך בלויז מיט איין געוויסן טיפּ מוזיק — קלעזמער) אָדער וויצן. מיט זײַן רעפֿעראַט האָט כּהן דערוויזן דעם היפּוך — אַז ייִדיש טויג יאָ פֿאַר אַן אַקאַדעמישער בינע, און אַז אַפֿילו וועגן אַזאַ „נידעריקער“ טעמע ווי שונד, קען אַ פּראָפֿעסאָר האַלטן אַן ערשטקלאַסיקע לעקציע.
כּדי צו הערן דעם גאַנצן רעפֿעראַט, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
Sentinel — Human
LIKELY_HUMAN (confidence: 0.15)
