די געניאַלע איבערזעצערין באַרבאַראַ הרשבֿ איז אַוועקThe exceptional translator Barbara Harshav has died
זי האָט נישט געשילדערט די ייִדישע פּאָעזיע ווי נאָסטאַלגישן פֿאָלקלאָר, נאָר אינעם קאָנטעקסט פֿונעם גלאָבאַלן מאָדערניזם.
פֿון אַבֿיה קושנער און שחר פּינסקער
באַרבאַראַ הרשבֿ, פֿאַררעכנט פֿאַר איינעם פֿון די וויכטיקסטע איבערזעצערס פֿון דער העברעיִשער און ייִדישער ליטעראַטור, איז אַוועק אין דער אייביקייט צו 85 יאָר.
הרשבֿ, באַקאַנט ווי באָבי בײַ אירע פֿרײַנד און קאָלעגעס, האָט איבערגעזעצט און אַרויסגעגעבן מער ווי 40 ביכער פּאָעזיע, דראַמע, בעלעטריסטיק, פֿילאָסאָפֿיע, עקאָנאָמיק, סאָציאָלאָגיע און געשיכטע. צווישן אירע איבערזעצונגען זענען געווען די ווערק פֿונעם נאָבעל־לאָרעאַט שמואל יוסף עגנון און די פּאָעטן אַבֿרהם סוצקעווער, מענקע קאַץ און יהודה עמיחי.
אַחוץ דעם וואָס זי איז געווען אַן ערשט-ראַנגיקע איבערזעצערין איז זי אויך געווען שטאַרק באַליבט בײַ אַנדערע אַקאַדעמיקער און איבערזעצער איבער דער וועלט, סײַ ווי אַ וועגווײַזערין אינעם געביט פֿון איבערזעצערײַ סײַ צוליב איר מענטשלעכקייט און ברייטהאַרציקער שטיצע פֿאַר אירע קאָלעגעס.
אַ צענטראַלער אַספּעקט פֿון איר קאַריערע איז געווען איר ברייטע און פֿרוכפּערדיקע צוזאַמענאַרבעט מיט איר מאַן, בנימין הרשבֿ (אַ העברעיִזירונג פֿונעם נאָמען הרושובסקי). צוזאַמען האָבן זיי איבערגעזעצט און רעדאַקטירט אויף ענגליש אַ ריי וויכטיקע טעקסט־זאַמלונגען ווי למשל דעם אייגנאַרטיקן באַנד „אַמעריקאַנער ייִדישע פּאָעזיע: אַ צוויישפּראַכיקע אַנטאָלאָגיע“ (1986), וואָס האָט אַרײַנגענומען סײַ דעם אָריגינעלן ייִדישן טעקסט סײַ די פּרעכטיקע ענגלישע איבערזעצונגען. אַזוי אַרום האָט דער לייענער געקענט אָפּשאַצן די קוואַליטעט פֿון די ווערק אויף ביידע שפּראַכן.
איינער פֿון הרשבֿס גרעסטע אויפֿטוען איז געווען דאָס וואָס זי האָט נישט פֿאָרגעשטעלט די ייִדישע פּאָעזיע סתּם ווי נאָסטאַלגישן פֿאָלקלאָר, נאָר האָט זי געשילדערט אינעם קאָנטעקסט פֿונעם גלאָבאַלן מאָדערניזם. דער באַנד האָט אַרײַנגענומען סײַ אַוואַנגאַרדישע עקספּערימענטן סײַ שטאָטישע טעמעס, צוזאַמען מיט די וויזועלע קונסטווערק פֿון בען שאַהן און ראַפֿאַעל סויער, וואָס האָבן געהאַט אַן ענלעכן הינטערגרונט ווי די פּאָעטן.
מיט איר מאַן האָט זי אויך אַרויסגעגעבן דאָס בוך, „זינג, פֿרעמדער: הונדערט יאָר פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער פּאָעזיע“, וואָס האָט אַרײַנגענומען ווערק פֿון די „סוועטשאַפּ“־פּאָעטן מאָריס ראָזענפֿעלד און דוד עדעלשטאַדט, ווי אויך „אינזיכיסטן“ ווי ציליע דראָבקין.
הרשבֿ איז געבוירן געוואָרן אין דעטרויט, מישיגען, אין 1940. זי איז נישט געווען קיין נאַטירלעכע רעדערין פֿון העברעיִש אָדער ייִדיש. „איך בין געווען 34 יאָר אַלט ווען איך האָב אָנגעהויבן זיך לערנען העברעיִש און איך האָב זיך ממש פֿאַרליבט אין דער שפּראַך,“ האָט זי דערציילט בעת אַן אינטערוויו אין 2012. מיט דער צײַט האָט זי אָנגעהויבן איבערזעצן די וויכטיקסטע העברעיִשע ווערק.
דערנאָך האָט זי זיך גענומען צו ייִדיש. „ייִדיש איז די לעצטע שפּראַך וואָס איך האָב זיך אויסגעלערנט. צוליב דעם וואָס איך האָב שוין געקענט דײַטש און העברעיִש, האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען אַרום 90% פֿון ייִדיש.“ כאָטש אירע טאַטע־מאַמע האָבן געקענט ייִדיש האָבן זיי עס בלויז געניצט צווישן זיך ווען זיי האָבן נישט געוואָלט אַז די קינדער זאָלן פֿאַרשטיין. „דערצו בין איך סײַ ווי נישט געווען אַזוי פֿאַראינטערעסירט אין וואָס זיי זאָגן,“ האָט זי געזאָגט.
איין סיבה פֿאַר וואָס זי איז געוואָרן אַן איבערזעצער — האָט זי דערקלערט — איז „ווײַל די איבערזעצונגען וואָס איך האָב געלייענט זענען געווען אַזוי שלעכט. כ׳האָב דעמאָלט געוווינט אין ירושלים און כ׳האָב זיך באַקענט מיט אַ שרײַבער וואָס האָט זיך באַקלאָגט פֿאַר מיר, און טאַקע מיט רעכט, וועגן די אומגעלומפּערטע איבערזעצונגען וואָס מע האָט געמאַכט פֿון זײַנע ווערק. האָב איך אָנגעהויבן לייענען יענע איבערזעצונגען און דערפֿילט אַז איך קען דאָס טאָן בעסער. ס׳איז מיר אָבער געווען אַ חידוש, ווען מײַן ערשטער פּרוּוו איז טאַקע פּובליקירט געוואָרן אין אַן אַקאַדעמישן זשורנאַל.“
אַחוץ איר אַרבעט ווי אַן איבערזעצער האָט הרשבֿ אויך געדינט ווי די פּרעזידענטין פֿון דער אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿון ליטעראַרישע איבערזעצער, און האָט געפֿירט איבערזעצונג־וואַרשטאַטן אינעם דעפּאַרטמענט פֿון פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור אין יעל־אוניווערסיטעט, דערבײַ שטיצנדיק יונגע איבערזעצער זיך צו פֿאַרנעמען מיט דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור. זי האָט זיך אויך איבערגעגעבן צום קאַמף פֿאַר געשלעכט־גלײַכקייט און פֿאַר שלום און גערעכטיקייט אין ישׂראל/פּאַלעסטינע.
אין 2018 איז הרשבֿ געוואָרן די ערשטע העברעיִשע און ייִדישע איבערזעצערין צו באַקומען די „פּען/מאַנהײַם מעדאַל פֿאַר איבערזעצונג“.
פֿאַר אונדז וואָס האָבן זי געקענט, איז באָבי געווען אַ בריליאַנטענע, ברייטהאַרציקע פֿרײַנדינע און קאָלעגע, שטענדיק גרייט צו העלפֿן אַנדערע מיט עצות און הדרכה.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
