דער אַמאָליקער שידוך צװישן ייִדיש און קאָמוניזם און זײַן ירושהThe past engagement of Yiddish with Communism and its legacy today
װי האָט דער „אינטערנאַציאָנאַלער אַרבעטער אָרדן“ געפּרוּװט צונױפֿשמעלצן עטנישע פֿילמיניקײט און קאָמוניסטישע אַלװעלטלעכקײט?
דער „אינטערנאַציאָנאַלער אַרבעטער אָרדן“ איז געװען אַ מין יוצא־דופֿן צװישן אַמעריקאַנער עפֿנטלעכע און פּאָליטישע אָרגאַניזאַציעס, צום גרויסן טייל — צוליב זײַן פֿילשפּראַכיקײט. ער האָט געהאַט ניט ווייניקער ווי זעכצן שפּראַך־בראַנזשעס פֿאַר פֿאַרשײדענע אמיגראַנטישע עדות. זײַן הױפּטצװעק איז געװען צו באַזאָרגן אַרבעטער מיט פֿינאַנציעלער פֿאַרזיכערונג און העלפֿן זײ אין זײער קאַמף פֿאַר בירגערלעכע און פּאָליטישע רעכט.
דער אָרדן האָט אויך געהאַט אַ ספּעציעלע בראַנזשע פֿאַר אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער ווײַל דער ענין פֿון ראַסע־יושרדיקײט איז געװען פּונקט אַזױ חשובֿ װי אַלע אַנדערע באַוועגונגען פֿאַר גערעכטיקייט.
די מחברים פֿונעם זאַמלבוך „פֿונעם פֿאָלקספֿראָנט צו דער קאַלטער מלחמה“, רעדאַקטירט פֿון עליסאַ סאַמפּסאָן און ראָבערט זעקער, באַהאַנדלען די טעטיקײט פֿון צוויי בראַנזשעס אינעם „אָרדן“: דער ייִדישער און דער אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער. דאָס רובֿ פֿאָרשונגען אינעם בוך שעפּן מאַטעריאַל פֿון דער אַרכיװאַלער זאַמלונג בײַם קאָרנעל־אוניװערסיטעט.
דער אָרדן איז געגרינדט געוואָרן אין 1930. נאָך דער פּאָליטישער שפּאַלטונג אינעם ייִדישן „אַרבעטער רינג“, האָבן אַרום 500 מיטגלידער פֿאַרלאָזט די אָרגאַניזאַציע און געשאַפֿן אַן אײגענע פּאָליטישע גרופּע, באַקאַנט ווי „די לינקע“. די דאָזיקע גרופּע איז געװאָרן די ייִדישע בראַנזשע אינעם נײַעם „אינטערנאַציאָנאַלן אַרבעטער אָרדן“.
פֿון סאַמע אָנהײב איז דער אָרדן געװען נאָענט פֿאַרבונדן מיט דער אַמעריקאַנער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, און די פּאָליטישע ליניע פֿון דער דאָזיקער פּאַרטײ איז דיקטירט געװאָרן פֿונעם קאָמוניסטישן אינטערנאַציאָנאַל אין מאָסקװע.
אין די 1930ער יאָרן האָט סטאַלין בדעה געהאַט צו שאַפֿן אַ ברײטן פֿאָלקספֿראָנט (פּאָפּולערן פֿראָנט), װאָס זאָל אַרײַננעמען כּלערלײ פּראָגרעסיװע אָבער ניט אױסגעשפּראָכן קאָמוניסטישע קולטורעלע, עפֿנטלעכע און פּראָפֿעסיאָנעלע אָרגאַניזאַציעס, כּלומרשט ניט קײן קאָמוניסטישע, אָבער סימפּאַטעטישע פֿאַרן סאָװעטן פֿאַרבאַנד.
דער אָרדן איז געװען אַזאַ מין אָרגאַניזאַציע. ער האָט צוגעצױגן מאַסן אַרבעטער, דער עיקר אימיגראַנטן, צוליב צוטריטלעכע פֿאַרזיכערונגען און פֿאַרשײדענע אַקטיװיטעטן אױף זײערע שפּראַכן.
לרובֿ זײַנען די מיטגלידער ניט געװען קײן קאָמוניסטן און האָבן געהאַט אַ קנאַפּן אינטערעס אין דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע, הגם די אָנפֿירער פֿונעם אָרדן, אַזעלכע װי משה אָלגין, זײַנען טאַקע יאָ געװען פּאַרטײ־מיטגלידער.
דערבײַ האָט די אַמעריקאַנער קאָמוניסטישע פּאַרטײ ניט געװאָלט שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז זי איז אַן אָרגאַניזאַציע פֿון אימיגראַנטן. דערפֿאַר האָט די פּאַרטײ ניט אונטערגעהאַלטן נאָענטע באַציִונגען מיטן אָרדן.
אָפֿיציעל האָט די פּאַרטײ באַװיליקט די קולטורעלע און לינגװיסטישע אַמעריקאַניזאַציע פֿון אימיגראַנטן, בעת דער אָרדן האָט געפֿירט די אַרבעט אױף די שפּראַכן פֿון זײַנע מיטגלידער: ייִדיש, איטאַליעניש, פֿיניש, סלאָװאַקיש, פּױליש און אַנדערע, און דערבײַ אַ ביסל אָפּגעשוואַכט זײער אַסימילאַציע.
די פּראָ־סאָװעטישע פּאָליטיק פֿונעם אָרדן אין די 1930ער יאָרן האָט ניט דערלאָזט זײַנע ייִדישע מיטגלידער מיטאַרבעטן מיט אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, בפֿרט ציוניסטישע. דאָס האָט זיך אָבער געביטן בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה, שרײַבט סאַמפּסאָן. אַ היפּשע ראָלע האָט דערבײַ געשפּילט דער באַזוך פֿון די אָנפֿירער פֿונעם מאָסקװער ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט שלמה מיכאָעלס און איציק פֿעפֿער אין אַמעריקע אין 1943. פֿעפֿער האָט ספּעציעל באַזוכט דעם קעמפּ „קינדערלאַנד“.
צוליב דער נײַער „אַחדות“־פּאָליטיק איז די ייִדישע בראַנזשע פֿונעם אָרדן אַרײַנגענומען געװאָרן אין דער הױפּטשטראָמיקער „אַמעריקאַנער ייִדישער קאָנפֿערענץ“, װוּ זי האָט מיטגעאַרבעט אַפֿילו מיט די ציוניסטן.
אין 1944 איז די ייִדישע בראַנזשע געװאָרן אַ מין אומאָפּהענגיקע אָרגאַניזאַציע — דער „ייִדישער פֿראַטערנאַלער פֿאָלקס־אָרדן“. דער נײַער אָרדן האָט זיך דערװײַטערט פֿון זײַן קאָמוניסטישן עיזבֿון און זיך אָפּגעגעבן, דער עיקר, מיט ייִדישע ענינים. נאָך 1945 האָבן זײ זיך אָפּגעגעבן מיט דער הילף פֿאַר דער שארית־הפּליטה אין אײראָפּע.
די קאַלטע מלחמה איז געװען אַ טאָפּלטע מפּלה. אין אַמעריקע האָבן זיך אָנגעהױבן רדיפֿות אױף קאָמוניסטן, בעת אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט סטאַלין צו נישט געמאַכט די גאַנצע ייִדישע קולטור. סוף־כּל־סוף איז דער אַמעריקאַנער „פֿאָלקס־אָרדן“ ליקװידירט געװאָרן אין 1955.
בילדונג איז געװען אַ װיכטיקער טײל פֿון זייער פּאָליטישער אַרבעט. אין 1926 האָבן די לינקע ייִדישיסטן אין ניו־יאָרק געשאַפֿן דעם „ייִדישן אַרבעטער אוניװערסיטעט“, װאָסער ציל איז געװען צו דערציִען אַ נײַעם דור פּאָליטישע אַקטיװיסטן, װאָס זאָלן זײַן באַהאַװנט סײַ אין דער ייִדישער קולטור און סײַ אין דער מאַרקסיסטישער טעאָריע.
דאָס איז געװען „אײנע פֿון די אַנשטאַלטן אינעם גערעם פֿונעם ברײטערן פּראָיעקט פֿון ייִדישע קאָמוניסטן צו שאַפֿן אַן אײגענע קולטור־װעלט“, שרײַבט דילאַן קאַופֿמאַן־אָבסטלער. צו דעם דאָזיקן פּראָיעקט האָבן געהערט אױך קעמפּ „קינדערלאַנד“, דער װױנונג־קאָאָפּעראַטיװ אין דער בראָנקס — די „אַמאַלגאַמייטעד“ — און די קאָמוניסטישע צײַטונג „מאָרגן־פֿרײַהײט“.
אַלע ייִדישע קאָמוניסטישע פּראָיעקטן, און דער אוניװערסיטעט בתוכם, האָבן געהאַט אַן אינערלעכע סתּירה אין זײער תּוך. פֿון אײן זײַט איז זײער ציל געװען אָפּצוהיטן ייִדיש און די װעלטלעכע ייִדישע קולטור אינעם אַמעריקאַנער „שמעלצטאָפּ“. פֿון דער אַנדערער זײַט האָט מען געגלױבט אינעם אַלװעלטלעכן קאָמוניסטישן אינטערנאַציאָנאַל אָן קײן שום נאַציאָנאַלע גרענעצן.
די דאָזיקע סתּירה האָט גורם געװען שפּאַנונגען אין דער ייִדישער קאָמוניסטישער סבֿיבֿה. אין די 1930ער יאָרן זײַנען זײ נאָך געװען ביכולת צו געפֿינען אַ פּשרה. מען האָט געטענהט, אַז ייִדיש איז געװען דער סאַמע פּאַסיקסטער מיטל צו פֿאַרשפּרײטן קאָמוניסטישע אידעען בײַ די ייִדישע אימיגראַנטן.
אָבער די דאָזיקע סתּירה איז געװאָרן נאָך שאַרפֿער בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה, װען די טראַגעדיע פֿונעם ייִדישן חורבן איז געװאָרן װיכטיקער פֿאַר אַמעריקאַנער ייִדן אײדער דער קאָמוניסטישער חלום.
װי אַקטועל איז די דאָזיקע געשיכטע װעגן דעם שידוך צװישן ייִדישקײט און קאָמוניזם פֿאַרן הײַנטיקן פּאָליטישן סדר־היום? אין די 1930ער יאָרן האָבן ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מזרח־אײראָפּע לרובֿ געהערט צו דעם אַרבעטער־קלאַס. זײ האָבן נאָך געהאַט זײער שפּראַך, ייִדיש, און פֿאַרמאָגט אַ שטאַרקע עטנישע אידענטיטעט. דערצו האָבן זײ געליטן פֿון אַנטיסעמיטיזם, װאָס איז געװען פֿאַרשפּרײט, דער עיקר, צװישן װײַסע אַמעריקאַנער נאַציאָנאַליסטן. אױף דעם דאָזיקן יסוד האָט מען געקענט בױען אַ ברײטע מאַסן־באַװעגונג, װאָס זאָל פֿאַראײניקן אימיגראַנטן און די אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער.
דער איצטיקער מצבֿ איז אַנדערש. הײַנט געהערן ייִדן אין אַמעריקע לרובֿ צו דעם מיטלשטאַנד, און זײער עטנישער אָפּשטאַם איז אַן ענין פֿאַר נאָסטאַלגישע מעשׂיות. אָבער זײער סאָציאַלער אױפֿקום האָט ניט בטל געמאַכט דעם אַנטיסעמיטיזם.
נאָך מער, הײַנט איז אַנטיסעמיטיזם פֿאַרשפּרײט אי בײַ די רעכטע „מאַגאַ“־נאַצינאַליסטן אי בײַ די ראַדילאַקע לינקע. כּדי צו װערן אַן „אײגענער“ בײַ די לינקע, מוז אַ ייִדישער אַקטיװיסט זיך אָפּלײקענען פֿון ציוניזם און מדינת־ישׂראל.
דאָ קומט צו נוץ די אַלטע ירושה פֿונעם ייִדישיסטישן קאָמוניזם. מען זעט דערין אַ מין אַלטערנאַטיװע ייִדישקײט, װאָס איז אי פּראָגרעסיװ אי אַנטי־ציוניסטיש. אָבער װי אַזױ קען מען מחיה־מתים זײַן די לעבעדיקע ייִדישע סבֿיבֿה פֿון יענער תּקופֿה? אין יענע יאָרן האָבן די ייִדן — ניט געקוקט אױף זייערע טיפֿע פּאָליטישע חילוקי־דעות —פֿאָרט געהאַט אַ וויכטיקע זאַך בשותּפֿות: די אײגענע שפּראַך און קולטור.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
Facts Only
* The International Labour Organization was established by American and political organizations.
* It provided workers with financial security and assistance in their fight for civil and political rights.
* The organization had a branch for African Americans due to the importance of racial justice.
* The organization was founded in 1930.
* Following a political split, about 500 members left to form an independent group called "the Left."
* This group became the Jewish branch of the International Labour Organization.
* The organization became associated with the American Communist Party.
* Stalin sought to create a broad proletariat (popular front) in the 1930s.
* The Jewish branch later joined the "American Jewish Conference."
* In 1944, the Jewish branch became the "Jewish Federal Labor Organization."
