שווערע לשונות לשבֿחIn praise of difficult languages
אויף פּויליש, ייִדיש און אַנדערע „שווערע“ שפּראַכן ווייסט מען גלײַך וואָס ס׳איז דער סובסטאַנטיוו, דער ווערב און דער אַדיעקטיוו.
די גאַנצע וועלט מיינט, אַז לערנען זיך ענגליש איז גרינג ווײַל ענגליש האָט אַזוי ווינציק סופֿיקסן: כּמעט אַלע סובסטאַנטיוון פֿורעמען דעם פּלוראַל אויף -s; ווערבאַלע קאָניוגאַציעס זענען זייער פּשוט; נישטאָ קיין גראַמאַטישער מין, בשעת פֿראַנצייזיש און שפּאַניש האָבן צו צוויי גראַמאַטישע מינים און רײַכע ווערבאַלע קאָניוגאַציעס.
וואָס שייך דײַטשיש און ייִדיש האָבן זיי אַלץ וואָס פֿראַנצייזיש און שפּאַניש, ווי אויך דרײַ גראַמאַטישע מינים, דרײַ אָדער פֿיר בייגפֿאַלן און כּלערליי פֿלעקסיעס (סופֿיקסן וואָס בײַטן דעם גראַמאַטישן טײַטש פֿון אַ זאַץ; grammatical inflections בלע״ז). וועגן לאַטײַן און די סלאַווישע לשונות שמועסט מען נישט: אַלץ וואָס אין דײַטשיש און ייִדיש, אָבער אויך פֿינעף, זעקס אָדער גאָר זיבן בייגפֿאַלן.
איז דאָך קלאָר ווי דער טאָג, אַז ענגליש איז דאָס גרינגסטע. וואָס דאַרפֿט איר מער? בער באָראָכאָוו, דער ייִדישער פֿילאָלאָג און טעאָרעטיקער פֿון דער ציוניסטישער אֵרבעטער־באַוועגונג (1881־1917), האָט נאָך געשריבן אין שמואל ניגערס „פּנקס“ (1913), אַז צוליב דעם וואָס די ענגלישע גראַמאַטיק איז אַזוי פּשוט איז ענגליש איינע פֿון די פּראָגרעסיווסטע שפּראַכן, און אַז הלוואַי וואָלט מאַמע־לשון געגאַנגען מיטן זעלביקן וועג און פֿאַרלוירן זײַנע איבעריקע סופֿיקסן: „דער געזעץ פֿון אַנאַליטישער שפּראַך־פֿאַראיינפֿאַכונג דריקט זיך בולט אויס סײַ אין די סעמיטישע, סײַ אין די [אינדאָ-אייראָפּעיִשע] פּראָגרעסיווסטע, די פֿאָלקסטימלעכסטע און צום מייסטן אַנאַליטישע שפּראַכן פֿון אונדזער צײַט: נײַ־פּערסיש, ענגליש, פֿראַנצייזיש און — ייִדיש“.
נו, מי לנו גדול כּבאָראָכאָוו, אָבער דאָ בין איך מיט אים מחולק: דאָס האָבן אַ שפּאָרע צאָל פֿלעקסיעס איז דווקא נישט קיין חסרון, נאָר גאָר אַ מעלה. פֿאַר וואָס?
לאָמיר אָנכאַפּן פּויליש. אמת, דער אָנהייבער מוז פֿאַרגעדענקען אָן אַ שיעור פֿאָרמעס: פֿלעקסיע פֿון סובסטאַנטיוון, ווערבן, אַדיעקטיוון, פּראָנאָמען און נאָך און נאָך, ווי אויך די דרײַ גראַמאַטישע מינים. אויף ענגליש, ווידער, דאַרף מען כּמעט גאָרנישט פֿאַרגעדענקען — עטלעכע אומרעגולערע סובסטאַנטיוון און אַ צאָל אומרעגולערע ווערבן. אָבער פֿאַר דער טירחה בײַם לערנען זיך פּויליש קריגט מען אַ „פֿעטן ביסן“; מע קען דאָס פֿאַרגלײַכן מיטן טעאַטער און מיטן קינאָ.
איז אַזוי: אַז איר זעט אַ פּיעסע אָדער קוקט אַ פֿילם דאַרפֿט איר דרינגען פֿון די טווּנגען ווער ס׳איז ווער: ווי די פּאַרשוינען הייסן, ווער ס׳האָט די הויפּטראָלע און ווער די קלענערע ראָלעס. טייל מאָל ווילט זיך זען די פֿאָרשטעלונג אַ צווייט מאָל כּדי בעסער צו פֿאַרשטיין דעם אָנהייב פֿונעם סיפּור־המעשׂה. אַזוי איז אויף ענגליש. כ׳ווייס נישט ווי איר, אָבער נישט איין מאָל מוז איך איבערלייענען אַ קעפּל אין אַ צײַטונג צוויי צי אַפֿילו דרײַ מאָל איידער איך פֿאַרשטיי עס, וואָרן מע דאַרף ערשט דערקענען וואָסער וואָרט ס׳איז אַ סובסטאַנטיוו, וואָסער אַן אַדיעקטיוו, וואָסער אַ ווערב. אויף ענגליש קען דאָך איין וואָרט זײַן אַלע דרײַ געווענדט אינעם קאָנטעקסט, און די מאָרפֿאָלאָגיע, ד״ה די פֿאָרעם פֿונעם וואָרט, העלפֿט גאָר נישט.
אויף פּויליש, ווידער, דאַרפֿט איר גאָרנישט דרינגען. מע דערקענט גלײַך וואָס ס׳איז דער סובסטאַנטיוו, וואָס ס׳איז דער ווערב און וואָס ס׳איז דער אַדיעקטיוו. ס׳איז אַזוי ווי אין טעאַטער אָדער אין קינאָ וואָלטן די אַקטיאָרן געטראָגן אויף זיך שילדן מיט אַלע פּרטים: „איך בין משה גאָלדבערג, דער הויפּטהעלד פֿון דער מעשׂה“, „איך בין דער צווייט וויכטיקסטער“ אד״גל. מע דאַרף אַפֿילו נישט קענען אַלע פֿלעסקיעס — אויב מע קען האַלב איז גענוג צו פֿאַרשטיין אַ זאַץ אָדער אַ צײַטונגקעפּל. מע דאַרף גאָר נישט דרינגען; די גאַנצע אינפֿאָרמאַציע האָט מען אונטער דער האַנט און פֿאַר די אויגן.
ייִדיש האָט, פֿאַרשטייט זיך, נישט אַזוי פֿיל זיך אויסצולערנען ווי פּויליש, אָבער גענוג, אַז דאָס קענען זיי אויסנווייניק איז שווערלעך; אָבער פֿאַרשטיין אַ זאַץ איז ווײַטער גרינגער ווי אויף ענגליש. חוץ דעם איז די בייגעוודיקייט פֿון מאַמע־לשון אַ מעלה. אַ שטייגער: אויף ייִדיש איז דער ווערטער־סדר אַ סך פֿרײַער; ענגליש איז געפּענטעט דערמיט וואָס דער ווערטער־סדר שפּילט אַזאַ גרויסע ראָלע בײַם פֿאַרשטיין אַ זאַץ. דהײַנו, אויף ענגליש מוז דער סוביעקט בדרך־כּלל קומען פֿאַרן ווערב, מע זאָל אים דערקענען, בשעת אויף ייִדיש, וואָס האָט די בייגפֿאַלן נאָמינאַטיוו, דאַטיוו און אַקוזאַטיוו, קען דער סוביעקט קומען אויף פֿאַרשיידענע ערטער, וואָס דאָס קען מען אויסניצן כּדי אונטערצושטרײַכן דאָס חשיבֿות פֿון אַ סובסטאַנטיוו וואָסער ראָלע ער זאָל אינעם קאָנטעקסט נישט שפּילן.
למשל: אויף ענגליש קען מען בלויז זאָגן Everyone knows David, בשעת אויף ייִדיש קען מען זאָגן „אַלע קענען דודן“ אָדער „דודן קענען אַלע,“ וואָס גיט דעם זאַץ אַ ביסל אַן אַנדער קנייטש.
מאַמע־לשון האָט אויך, פּונקט ווי דײַטשיש, די סלאַווישע און צום טייל אויך די ראָמאַנישע לשונות, אַ ברייטן באַניץ פֿונעם דאַטיוו, וווּ אויף ענגליש מוז מען אָנקומען צום נאָמינאַטיוו אָדער אין גאַנצן פּאַראַפֿראַזירן. למשל, דאָרטן וווּ ענגליש האָט אין תּוך אַרײַן בלויז איין מעגלעכן אופֿן דאָס אַרויסברענגען: he is cold, אַקעגן דרײַ מעגלעכקייטן אויף ייִדיש: „אים איז קאַלט“ (ער פֿילט זיך קאַלט), „ער איז קאַלט“ (ער איז טויט), „ער איז אַ קאַלטער“ (ער איז אַ מענטש וואָס ווײַזט נישט אַרויס קיין געפֿילן).
נאָך אַ משל: מאָטל פּייסיעס „מיר איז גוט, איך בין אַ יתום“ — ווי זשע גיט מען דאָס איבער אויף ענגליש אַז מע האָט נישט קיין דאַטיוו? איך האָב געפֿונען I’m lucky to be an orphan — טאַקע נישט קיין שלעכטער עקוויוואַלענט, אָבער ס׳האָט נישט קיין ייִדישן טעם. אַגבֿ, ווען מע באַקלאָגט זיך, אַז ס׳איז אוממעגלעך איבערצוזעצן ייִדיש, גילט דאָס מער פֿאַר ענגליש ווי פֿאַר אַנדערע אייראָפּעיִשע לשונות. אין דעם באַנד „מאַקס ווײַנרײַכן צו זײַן זיבעציקסטן געבוירן־טאָג“ (1964) האָט דער פֿילאָלאָג טעאָדאָר גוטמאַן געדרוקט אַן אַרבעט „שלום־עליכם אין די רויוואַרגשפּראַכן“, וווּ ער פֿאַרגלײכט איבערזעצונגען אויף דײַטש, העברעיִש, אוקראַיִניש, רוסיש און ענגליש פֿון שלום־עליכמס „דאָס טעפּל“. דאָרטן קומט ער צום אויספֿיר, אַז דער איבערזעץ וואָס שפּיגלט צום בעסטן אָפּ דער אָריגינאַל איז דער אוקראַיִנישער. דאָס איז צום טייל ווײַל שלום־עליכם האָט געלעבט און געשאַפֿן אין אוקראַיִנע, אָבער אויך דערפֿאַר וואָס די ענגלישע גראַמאַטיק איז אַזוי אומבייגעוודיק אַקעגן דער ייִדישער, וואָס דאָס שפּיגלט זיך אָפּ צווישן אַנדערן אין דעם, וואָס ענגליש האָט נישט קיין דאַטיוו!
דאָ קען מען אויך צוגעבן אַ משל פֿון פֿראַנצייזיש. דער אויסדריק s’il vous plaît פֿאַרטײַטשט מען אויף ענגליש if you please. נישטאָ קיין ספֿק, אַז 99% ענגליש־רעדערס מיינען, אַז דאָ איז you נאָמינאַטיוו, דער סוביעקט פֿונעם ווערב. דאָס פֿראַנצייזישע, אָבער, איז טײַטש if it pleases you, וווּ you איז דאַטיוו, דער אָביעקט פֿונעם ווערב. אויף ענגליש ווערט עס האַמעטנע; אויף ייִדיש, ווידער גיט מען עס גרינג איבער: אויב ס׳געפֿעלט אײַך.
אַ כּלל, באָראָכאָוו איז גערעכט, אַז די טענדענץ בײַ אַ סך לשונות איז צו פֿאַרלירן סופֿיקסן, אָבער דערפֿון קען מען נישט אויספֿירן, אַז אַזאַ פּראָצעס איז אַלע מאָל אַ ניצלעכער. ווען אים וואָלט געווען באַשערט לענגערע יאָרן וואָלט ער אפֿשר אײַנגעזען, אַז אין לשון קען פּראָגרעסיווקייט אויך זײַן אַ חסרון.
Hello, fellow Forward reader! I’m Marge Magner, a Forward reader and board member.
I remember my grandmother reading the Yiddish Forverts in our living room.
I wonder what she’d make of today’s media environment. Every day there’s more news that affects American Jews but fewer newsrooms and resources to cover that news with truth, honesty and care.
My grandmother trusted the Forward, and all these years later, I do too. That’s why I’m matching all gifts up to $36,000.
Facts Only
* English has simple verb conjugations and few grammatical cases.
* French and Spanish have two grammatical genders and rich verb conjugations.
* German and Yiddish share features like three or four cases and various flexions with French and Spanish.
* English requires subject-verb order, whereas Yiddish uses noun-subject order.
* English verbs often require an explicit subject to be understood in context.
* Yiddish has nominative, dative, and accusative cases, while English primarily uses nominative.
* The text notes that the suffix system in English simplifies the process of morphological change.
* A speaker must learn explicit information about subjects in English (e.g., "Everyone knows David") versus Yiddish ("all know David").
* English requires the subject to precede the verb, whereas Yiddish allows for different word orders with case endings.
