צי קען דער שילוש („טריניטי‟) זײַן כּשר?Can the Trinity be kosher?
אין זײַן בוך שרײַבט אַלען בריל אַז אָט דער קריסטלעכער באַגריף איז לאַוו־דווקא פֿרעמד פֿאַר ייִדן; עס ווענדט זיך, ווי מע טײַטשט עס אָפּ.
„אַ ייִדישער שילוש‟ (A Jewish Trinity) — אַזוי הייסט דאָס נײַע בוך פֿון אַלאַן בריל, דער ראָש פֿון ייִדיש־קריסטלעכע שטודיעס אינעם סעטאָן־האָל־אוניווערסיטעט (ניו־דזשערזי) און אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון ייִדישקייט און צווישן־רעליגיעזע ענינים. ברילס פֿאַרגלײַך־אַנאַליז איז אַ וויכטיקער שטאַפּל אין ייִדיש־קריסטלעכע באַציִונגען, וואָס קען העלפֿן ייִדן און קריסטן בעסער פֿאַרשטיין איינער דעם צווייטן.
בײַ אַ סך ייִדן איז די קריסטלעכע דאָגמע וועגן דער געטלעכער דרײַ־פּערזענלעכקייט אַזוי פֿרעמד, אַז זיי ווייסן נישט אַפֿילו, אַז אין דער פּאָלעמישער ייִדישער ליטעראַטור איז פֿאַר איר פֿאַראַן אַ ספּעציעלער טערמין — שילוש. דאָס וואָרט ווערט אָבער אין ערגעץ נישט דערמאָנט אינעם בוך און ס׳איז דאָ אַ גוטע סיבה דערפֿאַר. בריל באַנוצט זיך מיט דער באַקאַנטער קריסטלעכער טערמינאָלאָגיע און מײַדט דווקא אויס די אַלטע מיטל־עלטערלעכע דיספּוטן צווישן ייִדן און קריסטן. זײַן צוועק איז אַ קאָנסטרוקטיווע פֿאַרגלײַך־שטודיע, נישט קיין פּאָלעמיק. ער פֿאַרגלײַכט די ייִדישע און קריסטלעכע רעליגיע און ווײַזט אָן, אַז אַפֿילו אַזעלכע קאָנצעפּציעס, ווי די קריסטלעכע אמונה אין דרײַ געטלעכע פּערזאָנען, זענען לאַוו־דווקא פֿרעמד פֿאַר ייִדן; עס ווענדט זיך, ווי מע טײַטשט זיי אָפּ.
אין זײַן בוך פֿאָקוסירט בריל אויף דער מאָדערנער קאַטוילישער טעאָלאָגיע. אָפֿט מאָל ציטירט ער דעם דײַטשישן יעזויִט־גלח און פּראָמינענטן טעאָלאָג קאַרל ראַנער, ווי אויך אַ ריי אַנדערע: ייִרגען מאָלטמאַן, וואַלטער קאַספּער און האַנס קינג.
דאָס בוך איז אײַנגעטיילט אין זעקס קאַפּיטלען וועגן דעם שילוש; אינקאַרנאַציע (דער גלויבן, אַז גאָט האָט זיך פֿאַרקערפּערט אין יעזוסן); אָדם־הראשונס חטא; עולם־הבא; משיח, און דעם ברית צווישן גאָט און מענטשן (Covenant).
אין דער הקדמה דערקלערט בריל זײַן אייגענע פּאָזיציע. ער גלייבט נישט, אַז די אונטערשיידן צווישן וועלט־רעליגיעס קאָן מען פּשוט באַשרײַבן ווי „אָט דאָ גלייבן מיר צוזאַמען אין דער זעלבער זאַך, אָבער יענער גלויבן אײַערע איז אונדז פֿרעמד‟. עס זענען פֿאַראַן אַלערליי וואַריאַנטן פֿון ייִדישער און קריסטלעכער טעאָלאָגיע. אין געוויסע אַספּעקטן איז דער חילוק צווישן דעם רמב״מס און אַ חסידישן מקובלס צוגאַנג צו ייִדישקייט גרעסער, ווי צווישן ייִדן און קריסטן.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז צו אַזאַ טעמע איז בריל צוגעקומען נאָכן וווינען עטלעכע יאָר אין אינדיע, וווּ ער האָט זיך באַקענט מיט הונדויִזם און אַנטדעקט פֿאַר זיך, אַז די אינדישע הויפּט־רעליגיע איז אויך נישט אַזוי ווײַט פֿון ייִדישקייט, ווי עס טראַכטן אַ סך מענטשן. בריל דערציילט וועגן דעם אין זײַן בוך „אַ רבֿ אויפֿן טײַך גאַנג‟. און אַז מע רעדט שוין פֿון הינדויִזם, מעג מען צוקומען צו אַן אַנדער, מער באַקאַנטער רעגיליע, וועלכע האָט במשך פֿון דורות אַרויסגערופֿן בײַ ייִדן ממש אַן אַלערגיע – קריסטלעכקייט.
ווי אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער רבֿ, ווענדט זיך בריל זעלטן צו קבלה און חסידות, וווּ מע קען געפֿינען אַ סך מער כּמו־קריסטלעכע פּאַראַלעלן. לייענט, למשל, שאול מגידס בוך „חסידות אינקאַרנירט‟ (Hasidism Incarnate), דערמאָנט אין דער ביבליאָגראַפֿיע פֿון ברילס בוך. בריל שטעלט דעם טראָפּ אויף דעם מין ייִדישקייט, וועלכן ער באַטראַכט ווי דעם ראַציאָנעל־געשטימטן הויפּטשטראָם. ער ווענדט זיך יאָ צו מיסטישע שיטות, אָבער נישט צו אָפֿט. פּונקט אַזוי באַציט ער זיך צום הײַנטצײַטיקן קאַטויליציזם, שילדערנדיק אַזעלכע דעות, וואָס קלינגען מער מאָדערן און ראַציאָנעל, וואָס טײַטשן אָפּ דעם שילוש בלויז ווי פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון איין גאָט, און גאָטס פֿאַרקערפּערונג אין יעזוסן מער סימבאָליש, נישט אין גאַנצן בוכשטעבלעך.
על־פּי קבלה אַנטפּלעקט זיך דער אייבערשטער צו דער וועלט און צו דער מענטש דורך צען ספֿירות — פֿאַרשיידענע פּערזענלעכע אַספּעקטן, וועלכע מע קען פֿאַרגלײַכן מיטן קריסטלעכן שילוש. בריל באַמערקט אָבער אַ ספּעציפֿישן חילוק: די ספֿירות באַציִען זיך איינע צו דער צווייטער לויט אַ שטרענגער היעראַרכיע, און בײַ די קריסטן זענען „דער טאַטע, דער זון און דער רוח־הקודש‟ אַבסאָלוט גלײַך. די פּראַוואָסלאַוונע קריסטן, פֿאַרקערט, באַטראַכטן גאָט דעם טאַטן ווי אַ מלך איבער זײַן זון און דעם הייליקן גײַסט ווי זײַן עמאַנאַציע. בריל האָט מיר דערקלערט, אַז אין דער פּראַוואָסלאַוונער טראַדיציע האָט ער זיך נישט געגריבלט. ער באַשרײַבט נאָך אַזעלכע וואַריאַציעס פֿון קריסטלעכער טעאָלאָגיע, וואָס זענען גוט באַקאַנט דעם ברייטן אַמעריקאַנער עולם.
בדרך־כּלל איז בריל גערעכט, אַז די ספֿירות ווערן אָפֿט באַטראַכט ווי אַ שטרענגע היעראַרכיע. כ׳מוז אָבער צוגעבן פֿון זיך, אַז אין אַ ריי באַקאַנטע חסידישע ספֿרים ווערט זייער סדר רעלאַטיוו אָדער דווקא איבערגעקערט. בפֿרט איז דאָס בולט בײַ חב״ד. די ליובאַוויטשער רביים באַטאָנען כּסדר, אַז מלכות — די לעצטע ספֿירה, באַטראַכט ווי אַ ווײַבלעכע און אָפֿט אינעטניפֿיצירט מיט דער שכינה, איז אין איר שורש די העכסטע. מע קען זאָגן, אַז ס׳איז „העכער‟ צו באַטראַכטן דעם באַשעפֿער ווײַבלעך, ווי אַ געטין. מעג דאָס קלינגען אומטראַדיציאָנעל, נאָר אין געוויסע גאַנץ כּשרע קבלה־קוואַלן געפֿינען מיר סימנים פֿון אַזאַ צוגאַנג. פֿון ברילס שטאַנדפּונד – צו האַלטן זיך נישט צו ווײַט פֿונעם הויפּטשטראָם – איז גאַנץ פֿאַרשטענדלעך אַזעלכע ענינים נישט צו דערמאָנען.
אינעם קאַפּיטל „אינקאַרנאַציע‟ דערמאָנט בריל נאָר אַ ביסל, אַז פֿאַר די חסידים איז אַן אמתער צדיק אַ געטלעכע אַנטפּלעקונג, און פֿאַרגלײַכט עס מיט דער „פֿאַרגעטלעכונג‟ פֿון קריסטלעכע הייליקע דורכן רוח־קודש, נישט מיט דעם, ווי די קריסטן קוקן אויף יעזוסן. אויב מע פֿאַרגלײַכן די פּראַוואָסלאַוונע טעאָלאָגיע מיט געוויסע חשובֿע חסידישע ספֿרים, ווערט אָבער דער חילוק נישט אַזוי קלאָר. צום בײַשפּיל, שטייט געשריבן אין שײַכות צו משה רבינו אינעם ספֿר „זרע קודש‟ פֿונעם ראָפּשיצער רבין (פּרשת „ואתחנן‟), אַז אַן אמתער צדיק איז גאָט — ממש מיט אַזעלכע ווערטער. דעם דאָזיקן ספֿר האַלטן די סאַטמאַרער חסידים ווי איינעם פֿון די כּשרסטע און הייליקסטע.
ווידער, פֿון ברילס שטאַנדפּונקט איז דווקא ריכטיק אַזעלכע ראַדיקאַלע דעות נישט צו דערמאָנען. אַפֿילו אין די חסידישע קרײַזן קאָנען זיי שאָקירן אַ פּשוטן ייִד. אַזוי באַציִען זיך אַ סך חסידים צום „זרע קודש‟: דער ספֿר איז טאַקע אַ הייליקער, נאָר גיי פֿאַרשטיי, וואָס דער ראָפּשיצער רבי האָט באמת געמיינט! פֿון דעסט וועגן, אויב עמעצער וואָלט פֿאַרגליכן דעם ראַדיקאַלן „צדיקיזם‟ מיט פּראַוואָסלאַוונע קריסטלעכע געדאַנקען, וואָלט זיך באַקומען גאָר אַן אַנדער בילד מיט נאָך מער פּאַראַלעלן צווישן די רעליגיעס.
די לייענער פֿון מײַנע אַרטיקלען ווייסן, אַז איך האָב ליב אַרויסצוגראָבן, אַמאָל פֿון זעלטענע און ווייניק באַקאַנטע ספֿרים, דווקא ראַדיקאַלע, אומגעוויינטלעכע און יוצא־דופֿנדיקע דעות. ווען איך האָב געלייענט ברילס בוך, האָב איך כּסדר געטראַכט: פֿאַרוואָס גייט נישט דער מחבר נאָך ווײַטער? דאָס איז אָבער אַ מעלה פֿאַר די, וואָס האָבן ליב אַ מאָדערנעם ראַציאָנעלן צוגאַנג. בריל האַלט זיך בײַם מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן דרך און שטיצט אַן ענלעכן מין קריסטלעכקייט. פֿאַר מיר, אַ ליבהאָבער פֿון מיסטישע און שאַמאַנישע זאַכן, איז זײַן בוך געוואָרן אַ גוטער באַלערנדיקער אַרײַנפֿיר אין דער וועלט פֿון הײַנטצײַטיקע קאַטויליקער, וואָס קלינגען טאַקע ווי קריסטלעכע „מאָדערנע אָרטאָדאָקסן‟.
דאָס בוך ענדיקט זיך מיט אַ דערמאָנונג פֿונעם פּראָמינענטן רבֿ יונתן סאַקס ז״ל, וועלכער האָט באַטאָנט, אַז „די וועלט ווערט גרעסער צוליב די אונטערשיידן‟ און דערבײַ אָפּגעשאַצט די קריסטלעכע רעליגיע, ווי אויך די רעליגיעזע פֿאַרשיידנאַרטיקייט בכלל. בריל איז מסכּים, אָבער שליסט זײַן פֿאָרשונג מיט די ווערטער: „די צוויי רעליגיעס בלײַבן באַזונדערע אומאָפּהענגיקע בריתן מיטן באַשעפֿער‟.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
Sentinel — Human
This is a deeply nuanced piece of intellectual argumentation, exhibiting a distinct personal perspective and sophisticated synthesis of complex religious and historical concepts rather than purely synthetic output.
