שמואל פּלאַווניק: אַ קלאַסישער מוסטער פֿון ייִדיש־רײַסישער אינדענטיטעטShmuel Plavnik: A classic example of Jewish-Belarusian identity
אַ סך ווײַסרוסישע ייִדן האָבן פֿון קינדווײַז אָן גערעדט אויף רײַסיש און באַטראַכט די אָרטיקע פֿאָלקס־גלייבענישן ווי זייערע אייגענע.
מיט צוויי חדשים צוריק האָב איך געשריבן אינעם פֿאָרווערטס, אַז איך האָב צופֿעליק אַנטדעקט מאַגישע כּתבֿ־ידן אויף ווײַסרוסיש, אָנגעשריבן מיט ייִדישע אותיות. דאָס געפֿינס איז ממש אויף אַ מיסטישן אופֿן צונויפֿגעפֿאַלן מיטן 160־יאָריקן געבורט־יוביליי פֿונעם ייִדישן שרײַבער שמואל־נחום פּלאַווניק, באַקאַנט אויף רײַסיש ווי זמיטראָק ביאַדוליאַ.
פֿאַר וואָס איז דאָס אַ חידוש? אין 1921 האָט פּלאַווניק פֿאַרעפֿנטלעכט אַ קורצן אַרטיקל וועגן אַ ייִדישן כּתבֿ־יד, וווּ צווישן עטלעכע סגולות אויף לשון־קודש און ייִדיש טרעפֿט זיך אויך רײַסיש. ביז איצט האָבן די פֿאָרשער געמיינט, אַז יענער אַרטיקל איז פֿאַרלוירן געגאַנגען, און נאַט אײַך – אָט האָט ער זיך אָפּגעפֿונען, פּונקט צו פּלאַווניקס יוביליי!
סיאַרהיי שופּאַ, אַ ווײַסרוסישער שפּראַך־אַקטיוויסט, וועלכער קען גוט ייִדיש און האָט איבערגעזעצט אַ סך ווערק פֿון משה קולבאַקן אויף רײַסיש, האָט געלייענט וועגן מײַנע געפֿינסן, און האָט פֿאַרגליכן איינס פֿון זיי מיט יענעם, וואָס ס׳האָט אָנגעהויבן פֿאָרשן ביאַדוליאַ. ער האָט באַמערקט, אַז ער שטימט אין אַלע פּרטים מיט איינעם פֿון מײַנע. כ׳האָב צוערשט געמיינט, אַז דער כּתבֿ־יד איז טאַקע פֿאַרלוירן געגאַנגען; נישט געוווּסט, אַז ער געפֿינט זיך שוין לאַנג דיגיטאַליזירט, אָפֿענערהייט אין דער אינטערנעץ. באַקומט זיך, אַז איך בין פּלוצעם געוואָרן זמיטראָק ביאַדוליאַס אַ ממשיך־דרך.
אַ געבוירענער דעם 23סטן אַפּריל אינעם דערפֿל פּאַסאַדזעץ אויף צפֿון פֿון מינסק (הײַנט וווינען דאָרט אַרום 150 תּושבֿים), האָט זיך שמואל פּלאַווניק פֿון קינדווײַז אָן געפֿילט היימיש סײַ אין דער ייִדישער קולטור פֿון זײַן היים, סײַ אין דער אַרומיקער קולטור פֿון די רײַסישע פּויערים. אין זײַנע ווערק באַטאָנט ער, אַז אַזוי איז געווען דער דורות־לאַנגער שטייגער פֿון אַ סך ייִדן אין רײַסן.
ס׳איז כּדאַי דאָ צו באַמערקן, אַז ווי באַלד דער אַלטער ייִדישער נאָמען פֿון בעלאַרוס איז רײַסן, להיפּוך צום פֿאַרעלטערטן דײַטשישן וואָרט „ווײַסרוסלאַנד‟, איז בעסער הײַנט אויף ייִדיש צו רופֿן די שפּראַך רײַסיש, הגם אין דער סאָוועטישער נאָמענקלאַטור איז אָנגענומען „ווײַסרוסיש‟. „בעלאַרוסיש‟ קלינגט, דאַכט זיך מיר, איבעריק, ווײַל בײַ ייִדן איז שוין במשך פֿון דורות פֿאַראַן אַן אייגן וואָרט פֿאַרן דאָזיקן סלאַווישן לשון.
פּלאַווניק האָט געלערנט אין אַ חדר און אַ ישיבֿה; בײַ זײַן זיידן, דעם אָרטיקן אײַזן־ און קופּער־שמיד, איז געווען די איינציקע ביבליאָטעק אינעם דאָרף, וווּ לעבן דער גמרא זענען אויף דער פּאָליצע געשטאַנען ביכער וועגן מאַטעמאַטיק און מעטאַלורגיע.
מיט זײַן טאַטן האָט ער זיך אָפֿט פֿאַרנומען מיט געהילץ־אַרבעט אין וועלדער. דערפֿאַר איז פֿאַר אים די וואַלדישע נאַטור פֿון רײַסן אויך געווען פֿון קינדווײַז אָן היימיש. זײַנע ערשטע דערציילונגען אויף ייִדיש און העברעיִש זענען געווען געווידמעט דער שווערער מי פֿון געהילץ־אַרבעטער. דערנאָך האָט ער זיך באַקענט מיט דער רײַסיש־שפּראַכיקער פּרעסע, וועלכער האָט דעמאָלט ערשט אָנגעהויבן זיך אַנטוויקלען. פֿון 1910 אָן האָט ער זיך כּמעט אין גאַנצן אָפּגעגעבן מיט רײַסיש אונטערן פּסעוודאָנים זמיטראָק ביאַדוליאַ. אַ ייִד און אַ ווײַסרוס מיט אַ טאָפּלטער עטנישער אידענטיטעט, האָט ער איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אויף רײַסיש שלום־עליכמס ראָמאַן „מאָטל פּייסי דעם חזנס‟ און שמואל גאָדינערס ראָמאַן „דער מענטש מיט דער ביקס‟. גאָדינער איז געווען זײַנער אַ לאַנדסמאַן, אַ ווײַסרוסישער ייִד.
ווען די נאַציס זענען אָנגעפֿאַלן אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט דער שרײַבער זיך עוואַקויִרט פֿון מינסק. דעם 3טן נאָוועמבער 1941, איז ער געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ־אַטאַק צו 55 יאָר.
ביאַדוליאַ האָט איבערגעלאָזט אַ גרויסע ליטעראַרישע ירושה: לידער, דערציילונגען, בתוכם גאַנץ לאַנגע און דעם ראָמאַן „יאַזעפּ קרושינסקי‟. אין 1932 האָט ער בשותּפֿות מיט נחום רובינשטיינען אַרויסגעגעבן אונטער זײַן אמתן נאָמען, שמואל־נחום פּלאַווניק, דאָס ערשטע ווײַסרוסיש־ייִדישע ווערטערבוך, וואָס מע קען הײַנט געפֿינען אין דער אינטערנעץ.
זײַן מיינונג וועגן די באַציִונגען צווישן ייִדן און ווײַסרוסן אין רײַסן האָט ער אויסגעדריקט אין זײַן אַרטיקל וועגן דעם מאַגישן כּתבֿ־יד, ווי אויך אין אַ צאָל שפּעטערדיקע עסייען. ער האָט געהאַלטן, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע פֿעלקער פֿון מיזרח־אייראָפּע, האָבן די רײַסישע ייִדן געלעבט באַזונדערס נאָענט צו זייערע סלאַווישע שכנים, אָנגעהאַלטן מיט זיי פֿרײַנדלעכע באַציִונגען, גערעדט אויף זייער שפּראַך, געזונגען אייגענע לידער אויף רײַסיש. ממילא, האָבן זיי אויך אָפּגעלערנט אַזעלכע ענינים, ווי שפּרוכן קעגן וועלף און שלאַנגען.
ס׳זענען פֿאַראַן אַ סך אַנדערע סימנים, אַז אַזוי איז טאַקע געווען. בײַ די ליובאַוויטשער חסידים זענען פֿאַראַן עטלעכע ניגונים אויף רײַסיש, און אין די זכרונות פֿונעם זעקסטן ליובאַוויטשער רבין, יוסף־יצחק שניאורסאָן, ווערן דערמאָנט סלאַוויש־שפּראַכיקע דאָרפֿישע ייִדן, וואָס האָבן קוים געקענט ייִדיש. אין דער אמתן, שטעלן זײַנע „זכרונות‟ מיט זיך פֿאָר חסידישע מעשׂיות, ליטעראַריש באַאַרבעטע דורכן שרײַבער און זשורנאַליסט דוד־לייב מעקלער. פֿון דעסט וועגן, איז דאָס גאָר אַן אוצר. נאָך פֿריִער האָט דער פֿילאָסאָף שלמה מײַמון דערמאָנט אַזעלכע טיפּן ייִדן אין זײַנע טיף פּערזענלעכע, מײַסטעריש אָנגעשריבענע דײַטשיש־שפּראַכיקע מעמואַרן.
בײַ רײַסישע ייִדן איז פֿאַראַן אַן אויסדרוק: „האַלב טײַטש, פּאָלאָווינאַ רײַסיש‟. פּאָלאָווינאַ מיינט אויף רײַסיש און רוסיש אַ האַלב. ער טרעפֿט זיך בײַם דיכטער יהודה־לייב גאָרדאָן, בײַ מענדעלע, אין שלום־עליכמס אַ קריטישן עסיי וועגן ייִדן אין אַמעריקע, אין נחום סטוטשקאָפֿס „אוצר‟ און אַנדערע קוואַלן. אַזוי רופֿט מען דאָס שפּראַך־געמישעכץ, וואָס איז געווען פֿאַרשפּרייט בײַ שטעלטדיקע און בפֿרט בײַ דאָרפֿישע ייִדן און רײַסן.
עס קאָן זײַן, אַז דווקא צוליב אַזאַ פֿאַרשפּרייטער צוויי־שפּראַכיקייט האָבן געוויסע ייִדן געפֿירט גאַנצע זשורנאַלן פֿון סלאַווישע שפּרוכן, פֿאַרשרײַבנדיק זיי מיטן ייִדישן אַלף־בית. פֿון אַנ־סקיס עקספּעדיציעס ווייסן מיר, אַז אין אוקראַיִנע פֿלעגן ייִדישע פֿאָלקס־רופֿאים, געוויינטלעך פֿרויען, אָפּשפּרעכן אויף אוקראַיִניש, נאָר קיין אַלטע שריפֿטלעכע באַווײַזן דערפֿון האָב איך דערווײַל נישט געפֿונען. שאַפֿט זיך דער אײַנדרוק, אַז בײַ אַ סך ווײַסרוסישע ייִדן איז די שפּראַך פֿון זייערע שכנים טאַקע געווען זייער צווייט מאַמע־לשון.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
Facts Only
* Shmuel Plavnik documented finding magical Hebrew writings on White Russian.
* The writings were attributed to Shmuel Nachum Plavnik, known as Zmitrak Biedoliya.
* In 1921, Plavnik published an article regarding Jewish and Russian traits.
* Sarais Shupka corresponded with Plavnik's findings.
* Plavnik learned he was a member of the Belarusian diaspora.
* Plavnik lived in a village near Minsk, which is now around 150 inhabitants.
* Plavnik experienced belonging in Jewish culture within the agrarian culture of the Russian territories.
* Plavnik advocated for the use of the Russian language for Jewish identity over the term "Russland."
* Plavnik studied in a room and a Yeshiva where the Bible was kept in a priest's house.
* Plavnik became a Zmitrak Biedoliya through his work as a laborer and later as a press correspondent.
* Plavnik translated "Mortal Pesik Deh Chaznos" and "The Man with the Bike."
* Shmuel Plavnik died in 1941 from a heart attack.
* The book "Shmuel Nachum Plavnik," a White Russian-Jewish work, was published in 1932.
Executive Summary
Full Take
Sentinel — Human
The text reads as a deeply personal essay blending historical observation with linguistic analysis, strongly suggesting human authorship rather than synthetic generation.
