וואָס פֿאַר אַ ייִדיש רעדן ייִדישיסטן הײַנט?What sort of Yiddish do today’s Yiddishists speak?
אין איר שטודיע האָט די לינגוויסטקע עמאַ ברעסלאָו אינטערוויויִרט 30 ייִדיש־רעדער — ס׳רובֿ פֿון ניו־יאָרק, באָסטאָן און מאָנטרעאָל.
פֿון לייזער בורקאָ
ווען מע וואָלט הײַנט געשטעלט די שאלה, „וואָס פֿאַר אַ ייִדיש רעדן די ייִדישיסטן?“ וואָלט אַ לץ מסתּמא געענטפֿערט: הײַנט רעדן זיי ענגליש. אָבער לאָמיר נישט מאַכן קיין חכמות און טראַכטן נאָר וועגן יענע ייִדישיסטן, וואָס רעדן ייִדיש טאַקע — אַזעלכע וואָס שרײַבן און לייענען אַרטיקלען אין „פֿאָרווערטס“, למשל. ווי אַזוי רעדן מיר?
די לינגוויסטקע עמאַ ברעסלאָו האָט לעצטנס פֿאַרטיידיקט איר דיסערטאַציע דווקא אויף דער טעמע. זי האָט אינטערוויויִרט דרײַסיק ייִדיש־רעדער, אַ טייל פֿון זיי — אויף דער ייִדיש־וואָך פֿון יוגנטרוף — ספּעציעל פֿון ניו־יאָרק, באָסטאָן און מאָנטרעאָל. דערבײַ האָט זי אַנטדעקט עטלעכע וויכטיקע און אינטערעסאַנטע פֿאַקטן.
איין פֿראַגע פֿון דער דיסערטאַציע איז, ווי אַזוי מע זאָל אונדז רופֿן. ווען ברעסלאָו האָט געפֿרעגט די מענטשן, אויב זיי רופֿן זיך „ייִדישיסטן“, האָבן מערסטע געזאָגט — ניין. דאָס איז אַליין אינטערעסאַנט, פֿאַר וואָס די ווערטער „ייִדישיזם“ און „ייִדישיסט“ קלינגען הײַנט עפּעס אַלטפֿרענקיש און מע וויל נישט הייסן אַזוי. ברעסלאָו האָט נישט געפֿונען קיין בעסערן נאָמען, רופֿט זי אונדז „די מיעוט־קאָנטעקסט־ייִדיש־קהילה“ (minority-context Yiddish community). אין דער דאָזיקער קאַטעגאָריע נעמט ברעסלאָו אויך אַרײַן געוועזענע חסידים, וואָס קומען אַ מאָל אויך אויף די ייִדישיסטישע אונטערנעמונגען.
איך אַליין פֿאַרשטיי נישט, פֿאַר וואָס מע שעמט זיך מיטן נאָמען „ייִדישיסט“. ערשטנס, וועלן די חסידים און פֿרומע ייִדן אונדז ווײַטער רופֿן „ייִדישיסטן“, ווי אַזוי מיר זאָלן זיך נישט רופֿן. אַזוי הייסן מיר אין זייער ייִדיש און אַזוי וועט עס בלײַבן. עס איז פֿאָרט בעסער ווי די אַלטערנאַטיווע נעמען (כּופֿר, אַפּיקורס אאַז״וו).
אַ צווייטער סורפּריז פֿון דער דיסערטאַציע איז די פֿאַרשידנקייט פֿון דעם ייִדיש, וואָס ייִדישיסטן רעדן. אַ דרויסנדיקער, אַ סטודענט, וואָלט אפֿשר געמיינט, אַז אַלע ייִדישיסטן רעדן דאָס זעלביקע כּלל־ייִדיש. דאָס איז אָבער אַ טעות: אַ סך ייִדישיסטן רעדן אויך פּויליש ייִדיש אָדער אוקראַיִניש ייִדיש אָדער געמישטע דיאַלעקטן. אַ סך ניצן אויך אַ מאָל פֿאַרשידענע וואָקאַלן אין די זעלביקע ווערטער; למשל, מע זאָגט אַ מאָל gut און אַ מאָל git, אָדער אַ מאָל zogn און אַ מאָל zugn.
ווען ברעסלאָו האָט געפֿרעגט מענטשן זייער מיינונג וועגן כּלל־ייִדיש, וואָס מע לערנט אין די קורסן, האָט זי באַקומען אַ סך נעגאַטיווע ענטפֿערס. באמת האָט קיינער נישט געענטפֿערט פּאָזיטיוו, כאָטש אַ טייל האָבן געזאָגט, אַז כּלל־ייִדיש קען זײַן ניצלעך בײַם אויסלערנען זיך די שפּראַך. אַ טייל אינטערוויויִרטע האָבן געזאָגט מאָדנע זאַכן וועגן כּלל־ייִדיש; למשל, אַז „קיינער רעדט דאָס נישט“ — כאָטש זיי האָבן דאָרט פֿאַרבראַכט מיט אַנדערע ייִדישיסטן, וואָס רעדן יאָ כּלל־ייִדיש, און מיט קינדער, וואָס רעדן עס ווי אַן אײַנגעבוירענע שפּראַך! בקיצור, עס איז פֿאַראַן עפּעס אַ געפֿיל, אַז כּלל־ייִדיש איז נישט „עכט“, ווײַל אַזוי ווייניק מענטשן רעדן עס פֿון דער היים.
די „מיעוט־קאָנטעקסט־ייִדיש־קהילה“ באַשטייט פֿון עטלעכע גרופּעס: מענטשן, וואָס רעדן גוט ייִדיש פֿון דער היים (native speakers); מענטשן, וואָס האָבן געהערט די שפּראַך קינדווײַז, אָבער רעדן נישט אַזוי גוט (heritage speakers); סטודענטן און אַזעלכע וואָס האָבן זיך אויסגעלערנט די שפּראַך; און אויך געוועזענע חסידים, וואָס לעבן הײַנט אין דער „פֿרײַער“ וועלט. יעדע גרופּע רעדט אַוודאי אַנדערש, אָבער צווישן זיי זענען פֿאַראַן אינטערעסאַנטע פּונקטן צו פֿאַרגלײַכן.
די געוועזענע חסידים רעדן חסידיש ייִדיש, וואָס די לינגוויסטן האָבן שוין גוט אויסגעפֿאָרשט. די סטודענטן רעדן געוויינטלעך אַ סאָרט כּלל־ייִדיש, וואָס זיי האָבן זיך אויסגעלערנט פֿון זייערע לערערס. אַ סך ייִדישיסטן רעדן מיט אַ געוויסער השפּעה פֿון ענגליש — וואָס איז נישט קיין חידוש, אַזוי ווי די חסידים רעדן אויך אַזוי. מע זעט אין די טראַנסקריבירטע ציטאַטן אינטערעסאַנטע בײַשפּילן פֿון „בײַטן פֿון קאָד“ (code-switching) — ווען מע גייט אַריבער פֿון איין שפּראַך אויף אַ צווייטער, אַהין און צוריק, אין מיטן שמועס. אַ צאָל ייִנגערע ייִדישיסטן ניצן דאָס וואָרט like אין זייער ייִדיש, פּונקט ווי אויף ענגליש.
אַן אַנדער ענין, וואָס ברעסלאָו פֿאָרשט, איז די אויסשפּראַך פֿונעם קלאַנג ריש /r/. אין די אַלטע דיאַלעקטן זענען געווען צוויי הויפּט־סאָרטן ריש: דער גאָרגלדיקער אָדער אוּוווּלאַרער ריש (uvular R), ווי אויף פֿראַנצויזיש אָדער עבֿרית; און דער צינגלדיקער אָדער אַפּיקאַלער ריש (apical R), ווי אויף רוסיש אָדער שפּאַניש. ייִדישיסטן ניצן ווײַטער די צוויי סאָרטן ריש, ווי אויך דעם ענגלישן סאָרט ריש (retroflex R) — נישט געקוקט אויפֿן שווערן חרם, וואָס אוריאל ווײַנרײַך האָט אַרויפֿגעלייגט אויפֿן ענגליש ריש אין זײַן לערנבוך, „קאַלעדזש־ייִדיש“.
די גראַמאַטיק בײַ ייִדישיסטן איז אויך כּדאַי צו פֿאָרשן, ווי מע זעט אין די ציטאַטן. כאָטש אַ סך ייִדישיסטן האָבן אין די קורסן זיך מערסטנס געלערנט די כּלל־ייִדישע גראַמאַטיק, זעט מען אָפֿט, אַז מע רעדט נישט אַזוי. דאָס דאַרף אפֿשר נישט זײַן קיין חידוש, ווײַל אין די אַלטע דיאַלעקטן האָט מען אויך אָפֿט גערעדט אַנדערש ווי אין די ביכער. דערפֿאַר דאַרף מען נישט קומען מיט טענות צו די חסידים, וואָס זיי האָבן „קאַליע געמאַכט“ די גראַמאַטיק — ווײַל די גראַמאַטיק איז שוין געווען „קאַליע“ פֿון פֿריִער, און בײַ די ייִדישיסטן איז זי אויך גענוג „קאַליע“, אַחוץ געציילטע מומחים.
ברעסלאָו האָט אַנטדעקט וויכטיקע זאַכן, וואָס יעדע איז ווערט, מע זאָל זי ווײַטער אויספֿאָרשן: די אידענטיטעט פֿון די ייִדישיסטן, וואָס ווילן אַזוי נישט הייסן; די פֿאַרשידנקייט פֿונעם ייִדישיסטישן ייִדיש, וואָס איז לאַוו־דווקא כּלל־ייִדיש; זייער אויסשפּראַך און גראַמאַטיק, וואָס זענען נישט אַזוי ווי מע וואָלט זיך געריכט. די קליינע וועלט פֿון ייִדישיסטן באַשטייט באמת פֿון פֿאַרשידענע גרופּעס, וואָס יעדע האָט אַ ביסל אַן אַנדער כאַראַקטער און יעדע רעדט אַנדערש. ווי גייט דאָס ווערטל: צוויי ייִדן — דרײַ מיינונגען.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
Facts Only
* A linguist interviewed thirty Yiddish speakers from New York, Boston, and Montreal.
* Respondents were asked what sort of Yiddish today's Yiddishists speak.
* Most respondents stated they did not call themselves "Yiddishists."
* The term "Yiddishist" is perceived as sounding old-fashioned or undesirable.
* The linguist suggested the term "minority-context Yiddish community."
* Variation exists within Yiddish, such as different vowel pronunciations (*gut* vs. *git*) and word choices (*zogn* vs. *zugn*).
* Some respondents reported that Kollej-Yiddish grammar was learned in courses rather than spoken naturally.
* The community consists of native speakers, heritage speakers, students, and Hasidim.
* Speakers exhibit code-switching between Yiddish and English.
* Dialectal differences exist regarding the pronunciation of the /r/ sound, distinguishing between uvular R (like in French/German) and apical R (like in Russian/Spanish), alongside retroflex R found in English.
Executive Summary
Full Take
Sentinel — Human
The text exhibits a strong, nuanced voice rooted in linguistic and cultural analysis, suggesting it is primarily human-authored synthesis rather than pure machine generation.
