איבערזעצונג־סעריע פֿאַרבינדט ענגליש־לייענערס מיטן אַמאָליקן ייִדישן לעבןTranslation series connects English readers to prewar Eastern European Jewish life
צווישן די ביכער איז איינס וועגן ראַסיזם אין אַמעריקע און אַ צווייטס וועגן חסידישן לעבן אין וואַרשע.
דאָס איז איינער פֿון אַ סעריע קורצע אַרטיקלען אָנגעשריבן אױף אַ רעלאַטיװ גרינגן ייִדיש און געצילעװעט אױף סטודענטן. די מחברטע איז אַלײן אַ ייִדיש־סטודענטקע. דאָ קען מען לײענען די פֿריִערדיקע אַרטיקלען אין דער סעריע.
אַ דאַנק אַ סעריע נײַע ענגלישע איבערזעצונגען פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשע ייִדישע ווערק, האָבן ענגליש־לייענערס הײַנט אַ געלעגנהײט זיך צו באַקענען מיטן ייִדישן לעבן־שטייגער פֿאַר און גלײַך נאָכן חורבן.
די סעריע, „ייִדישע שטימען“ — אַ בשותּפֿותדיקע איניציאַטיוו פֿון ייִװאָ און דעם פֿאַרלאַג בלומסבערי — איז שוין צו ניץ געקומען סײַ לערערס פֿון קורסן, וווּ די סטודענטן פֿאַרשטייען ניט קיין ייִדיש, סײַ לייענערס מיט אַן אינטערעס צו דער ייִדישער געשיכטע.
„ייִדישע שטימען“ באַשטייט פֿון ביכער װאָס זענען קײן מאָל פֿריִער ניט איבערגעזעצט געװאָרן אױף ענגליש. זיי נעמען אַרײַן אַ ברײטע גאַמע אידעעס און פּערספּעקטיװן װאָס האָבן צוגעטראָגן צו דער מאָדערנער ייִדישער קולטור אין (און מחוץ) מיזרח־אײראָפּע.
זינט 2023, װען די סעריע איז לאַנצירט געװאָרן, זענען אַרױס פֿינעף בענד, װאָס צװײ פֿון זײ — „מיסיסיפּי“ און „די חסידישע װאַרשע“ — זענען ערשט דערשינען מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק. ביז איצט האָט מען פּובליקירט בלויז איבערזעצונגען פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע װערק, אָבער מיט דער צײַט װעט מען איבערזעצן טעקסטן פֿון אַנדערע לשונות, אַזױ װי פּױליש און העברעיִש, וואָס מע האָט ביז איצט ניט איבערגעזעצט אויף ענגליש.
די סעריע, סובסידירט פֿון דער משפּחה פֿון האַריעט יאַסקי, װערט רעדאַקטירט פֿון אַליסאַ קװינט און עליסאַ בן-פּורת. (איך אַלײן אַרבעט מיט זײ װי אַן אַסיסטענטקע). קװינט איז אַ היסטאָריקערין פֿונעם ייִדישן טעאַטער, און בן-פּורת איז אַ היסטאָריקערין פֿונעם ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד און אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. ס׳איז דערפֿאַר נישט קײן חידוש אַז דער סעריעס קוקװינקל איז אַ היסטאָרישער. כאָטש די איבערגעזעצטע װערק רעפּרעזענטירן פֿאַרשײדענע קאַטעגאָריעס — למשל פּיעסעס, זכרונות און דערצײלונגען — איז דער עיקר זײער היסטאָרישע רײַכקײט.
„מיר קלײַבן אױס טעקסטן װאָס װאַרפֿן אַ שײַן סײַ אױף ברײטע טענדענצן, סײַ אױף ספּעציפֿישע פֿראַגעס װעגן ייִדיש לעבן אין מיזרח־אייראָפּע, און אין אַנדערע לענדער װוּ מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן האָבן געװױנט װי אימיגראַנטן אָדער פּליטים. אַפֿילו די ׳ליטעראַרישע׳ װערק װי דערצײלוגען און פּיעסעס פֿאָרשן מיר פֿון אַ היסטאָרישן שטאַנדפּונקט“, האָט מיר קװינט געזאָגט.
צוליב דעם דאָזיקן שליחות שפּילט אַ װיכטיקע ראָלע דער אַרײַנפֿיר צו יעדן באַנד, װאָס איז תּמיד געשריבן פֿון אַ היסטאָריקער. אַ מאָל איז דער מחבר פֿון דער הקדמה אױך דער איבערזעצער, און אַ מאָל נעמען אונטער באַזונדערע מענטשן די צװײ אױפֿגאַבעס. „דעם היסטאָריקערס אַרבעט אינעם אַרײַנפֿיר איז אַרױסצוציִען און צוצובינדן די ביאָגראַפֿישע, גײַסטיקע און געזעלשאַפֿטלעכע אַספּעקטן פֿונעם װערק, אױף אַן אופֿן װאָס איז גלײַכצײַטיק װיסנשאַפֿטלעך און צוטריטלעך צו אַלע לײענערס, אַרײַננעמענדיק די װאָס האָבן פֿריִער ניט געװוּסט קײן סך װעגן דער טעמע,“ האָט בן-פּורת געזאָגט.
ביז אַהער באַשטײט די סעריע פֿון די דאָזיקע בענד, װאָס זענען אַלע בראָשירטע ביכלעך גרינג אַרומצוטראָגן אין אַ רוקזאַק און צו לײענען אַבי װוּ:
— „דרײַ ייִדישע פּיעסעס פֿון פֿרױען׃ װײַבערשע ייִדישע פּערספּעקטיװן“, איבערגעזעצט פֿון אַלען לויִס ריקמאַן, מיראָ מניעװסקי און אליע פּיאַצאַ, מיט אַ הקדמה פֿון אַליסאַ קװינט. דאָס בוך נעמט אַרײַן דרײַ פּיעסעס אָנגעשריבן פֿון דראַמאַטורגינס אין דער רוסישער אימפּעריע, אין פּױלן און אין ברוקלין, ניו־יאָרק, צװישן 1880 און 1920. אַלע דרײַ באַהאַנדלען קאָנטראָװערסיעלע „װײַבערשע“ טעמעס אַזױ װי חתונה און גט, שװאַנגערשאַפֿט, קינדל־קאָנטראָל און פּראָסטיטוציע. דראַמעס װאָס באַטראַכטן איבערלעבונגען דורך װײַבערשע אױגן זענען אַ זעלטנקײט אין דער ייִדישער ליטעראַטור.
— „חורבן דובאָװע׃ אַ פּינקס פֿון אַ טױטער שטאָט“, פֿון רחל פֿײַגנבערג (1926), איבערגעזעצט פֿון סינטיע און אַלבערט מאַדאַנסקי, מיט אַן אַרײַנפֿיר פֿון עליסאַ בן-פּורת (לײענט װײַטער דאָ). פֿײַגנבערג באַשרײַבט דאָס לעבן און דעם טראַגישן אוקמום פֿונעם שטעטל דובאָװע אין אוקראַיִנע, װוּ כּמעט אַלע ייִדן זענען בעת דער רוסישער בירגערקריג אין 1919 אָדער פֿאַרטיליקט אָדער פֿאַרטריבן געװאָרן. װען נישט פֿײַגנבערגס רירנדיקע דערצײלונג װאָלט דאָס ייִדישע לעבן אין דובאָװע אין גאַנצן פֿאַרגעסן געװאָרן. איר נאַראַטיװ האָט געדינט פֿאַר אַ גבֿית־עדות אינעם מישפּט פֿון שלום שװאַרצבאָרד אין 1927.
— „די מוטער פֿונעם ייִדישן טעאַטער׃ זכרונות פֿון אסתּר־רחל קאַמינסקאַ“ (1927-1926), איבערגעזעצט און מיט אַ הקדמה פֿון מיכל יאַשינסקי (לײענט װײַטער דאָ). קאַמינסקאַ איז געװען די באַרימטסטע ייִדישע אַקטריסע פֿון איר דור — טאַקע אַ „סופּערשטערן“ סײַ אױף דער בינע, סײַ אין ייִדיש־שפּראַכיקע פֿילמען. זי איז געװען ספּעציעל באַקאַנט פֿאַר אירע מאַמע־ראָלעס: דער טיטל פֿון דער איבערזעצונג פֿאַררופֿט זיך סײַ אױף דעם, סײַ אױף איר השפּעה אױף דער אַנטװיקלונג פֿון ייִדישן טעאַטער. קאַמינסקאַס זכרונות זײַנען פֿול מיט אומפֿאַרגעסלעכע געשיכטעס װעגן די פֿריילעכע מאָמענטן און די שװעריקײטן פֿונעם טעאַטער־לעבן, און מיט באַמערקונגען װעגן דער טעאַטער־קונסט װאָס זי האָט געהאָלפֿן אױספֿורעמען.
— „מיסיסיפּי׃ אַ ייִדישע פּיעסע װעגן דעם סקאָטסבאָראָ־ענין“ (1935), פֿון לײב מלאך, איבערגעזעצט פֿון עלען פּערעצמאַן, מיט אַן אַרײַנפֿיר פֿון אַליסאַ קװינט (לײענט װײַטער דאָ). מלאך האָט אָנגעשריבן די פּיעסע בתּשובֿה אױפֿן טרויעריק באַרימטן סקאָטסבאָראָ־ענין אין די דרום־שטאַטן, װען נײַן אַפֿריקאַנער־אַמעריקער זענען פֿאַלש באַשולדיקט געװאָרן אין פֿאַרגװאַלדיקן צװײ װײַסע פֿרױען אין אַ באַן. די װאַרשעװער טרופּע „יונג טעאַטער“, רעזשיסירט פֿון מיכל װײַכערט, האָט געשפּילט „מיסיסיפּי“ איבער 100 מאָל. דער ייִדישער עולם האָט מיטגעפֿילט מיט די שװאַרצע פּערסאָנאַזשן, סײַ פֿון אַ הומאַניסטישן שטאַנדפּונקט, סײַ צולוב די אײגענע איבערלעבונגען מיט אַנטיסעמיטיזם אין פּױלן.
— „די חסידישע װאַרשע׃ ר׳ זלמן און דאָס אַלעקסאַנדער־שטיבל“ (1960), פֿון יחיאל האָפֿער, איבערגעזעצט און מיט אַ הקדמה פֿון יונתּן בױאַרין (לײענט װײַטער דאָ). די מעשׂיות דערצײלן די אָפֿט־הומאָריסטישע טווּנגען פֿון ר׳ זלמן, אַן עקסצענטרישער לופֿטמענטש און אַ חסיד פֿונעם אַלעקסאַנדער־רבין. דורך זלמנס אַוואַנטורעס שילדערט האָפֿער דאָס לעבן פֿון אַ װאַרשעװער שטיבל, װוּ מענער האָבן געדאַװנט, געלערנט תּורה, געגעסן און זיך אויסגעטענהט. די דערצײלונגען מאָלן אױס אַ לעבעדיק בילד פֿון פֿאַר־מלחמהדיקן חסידות אין װאַרשע, װאָס איז געבליבן פֿעסט, נישט־געקוקט אױף דער ייִדישער מאָדערניזירונג ביזן חורבן.
אין 2027 און 2028 װעט „ייִדישע שטימען“ אַרױסגעבן:
— די דראַמאַטישע זכרונות פֿון שמעון דזשיגאַן, פֿונעם גאָר באַרימטן קאָמעדיע־פּאָר, דזשיגאַן און שומאַכער (איבערגעזעצט פֿון מרים אייזיקס, מיט אַן אַרײַנפֿיר פֿון דיעגאָ ראָטמאַן).
— חיים גראַדעס נישט־פּובליקירט מײַסטערװערק, „די פֿרױען פֿון דער געטאָ“, װעגן אַ גרופּע פֿרױען װאָס האָבן איבערגעלעבט די װילנער געטאָ (איבערגעזעצט און מיט אַ הקדמה פֿון דוד פֿישמאַן).
— די פּױליש־שפּראַכיקע זכרונות פֿון יולאַ װאַלד, די טאָכטער פֿון אַ חסידישן קרעטשמער אין דער צײַט פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה (איבערגעזעצט פֿון מאַרטאַ דודזיק־רודקאָװסקאַ, מיט אַן אַרײַנפֿיר פֿון גלען דײַנער).
— אױטאָביאָגראַפֿישע מעשׂיות װעגן די רײַזעס פֿון יוסף יצחק שניאורסון (דעם ריי״ץ), דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי (איבערגעזעצט און מיט אַן אַרײַנפֿיר פֿון אלי רובין).
„מיר האָבן כּמעט ניט קײן צײַט אָפּצוכאַפּן דעם אָטעם“, האָט אַליסאַ קװינט געזאָגט. „יעדער פּראָיעקט איז אַן אוצר, מיטן אײגענעם קוקװינקל אױף די דערפֿאַרונגען און געדאַנקען פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשע ייִדן. ס׳איז אַ פּריװילעגיע זיך צו טײלן מיט אַזעלכע באַטײַטיקע טעקסטן מיט ענגליש־רעדנדיקע לײענערס.“
קױפֿט דאָ אַלע פֿינעף בענד פֿון דער סעריע ( כּדי צו פֿאַרשפּאָרן 20%, ניצט דעם קאָד YIDDISHVOICES בעתן באַצאָלן).
As we welcome the new year, the shofar’s blast cuts through the noise to wake us up. It calls for truth and accountability within ourselves and for the world.
The Forward takes the call for truth and accountability seriously. Readers come to the Forward for Jewish news they can trust, free of barriers or bias. They want the American Jewish story to be told fully and fairly.
We rely on our readers to help us heed the shofar’s call. I’m counting on you to make a generous gift to the Forward during the High Holiday season and help us reach our goal of $180,000.
— Jay Ehrlich, SVP, Operations
